יוסף ראַב האָט געשטאַמט פֿון קראָקע. ער איז עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. די משפּחה זײַנע האָט זיך אַריבערגעצויגן קיין באָבאָוו בשעת דער מלחמה (פֿון דאָרטן שטאַמען טאַקע דער באָבאָווער רבי און זײַנע חסידים) אָבער צום סוף זענען זיי פֿאַרשיקט געוואָרן אויף זייער טויט דורך די דײַטשן.
אין יאָר 1945 האָט יוסף ראַב געשריבן אַ פּאָסטקאַרטל צו זיין ברודער אין באָבאָוו. די ידיעות וועגן דעם חורבן זענען שוין אָנגעקומען קיין ארץ־ישׂראל אָבער ראַב האָט געוואָלט פֿאָרט פּראָבירן זיך צו פֿאַרבינדן מיט זײַן משפּחה.
דער פּוילישער פּאָסט־באַאַמטער האָט צוריקגעשיקט דאָס פּאָסטקאַרטל קיין פּאַלעסטינע. ער האָט, מסתּמא לויט די פּאָסט־תּקנות, צוגעגעבן אַ סיבה:
“Wszyscy Żydzi wywiezieni przez Niemcó.”
דהײַנו, אַלע ייִדן זענען דעפּאָרטירט געוואָרן דורך די דײַטשן.
אפֿשר האָב איך אַ טעות אָבער מיר דאַכט זיך, אַז דער זאַץ האָט נישט קיין אַנטי־ייִדישע קאָנאָטאַציעס. ער באַשטעטיקט אַ פֿאַקט.
דער ישׂראלדיקער זשורנאַליסט וואָס האָט לעצטנס איבערגעגעבן וועגן דעם ענין האָט אָבער צוגעגעבן זיין פּרוש רש״י צו דעם ענין.
דער פּוילישער באַאַמטער איז לויט אים געווען אַ קאַלטבלוטיקער אַנטיסעמיט.
אין אַן אינטערוויו אויפֿן וועבזײַטל פֿון דער גרויסער ישׂראלדיקער צײַטונג „ידיעות אחרונות”, האָט די טאָכטער פון יוסף ראַב צוגעגעבן אַז זי קען נישט קיין פּויליש אָבער מען האָט איר געגעבן צו פֿאַרשטיין אַז דער זאַץ איז געשריבן געוואָרן אויף זייער אַ גראָבן לשון.
דעם אייגענעם טאַטן האָט זי ליידער שוין נישט געקאָנט פֿרעגן ווײַל יוסף ראַב לעבט שוין נישט.
ווער סע קוקט אויפֿן אינטערוויו קען לייענען די אויפֿשריפֿט: „ההערה הנבזית של הדואר הפולני — הגרמנים ניקו את כל היהודים”. דאָס הייסט, די פּאָדלע באַמערקונג פֿון דער פּוילישער פּאָסט: „די דײַטשן האָבן גערייניקט (די שטאָט) פֿון אַלע ייִדן”.
איז אַזוי. סע קען זײַן אז דער פּוילישער באַאַמטער איז טאַקע געווען אַן אַנטיסעמיט. סע קען אַפֿילו זײַן אז ער האָט זיך געפֿרייט וואָס די דײַטשן האָבן אומגעבראַכט אַלע ייִדן אין באָבאָוו. און אפֿשר נישט.
די שילן אין פּוילן האָבן די טעג כּל־המינים באַניצן. אַ קליינער טייל דינען ווײַטער ווי שילן און דער רעשט זענען געוואָרן מוזייען, ביבליאָטעקן, האָטעלן, סופּערמערק און נאָך און נאָך. דערפֿאַר איז דאָס אַ וואַזשנע נאָווינע ווען אַ שיל ווערט צוריק אַ שיל.
מיר רעדן דאָ וועגן דער סאַנדזער שיל, אין דרום־פּוילן. פֿון די צען טויזנט סאַנדזער ייִדן פֿאַר דער מלחמה, אַ דריטל פֿון דער באַפֿעלקערונג, זענען נאָכן חורבן געבליבן בלויז 30 ייִדן.
די שיל האָט אויפֿגעהערט צו דינען ווי אַ שיל אין יאָר 1942. די דײַטשן האָבן געמאַכט פֿון דער שיל אַ סקלאַד פֿאר זייער מיליטער. נאָך דער מלחמה איז די שיל געוואָרן אַ מלוכישער מוזיי.
אַ דאַנק דער פֿונדאַציע „בוני צאַנז” איז דער בנין צוריק געוואָרן אַ שיל.
נו, אַ שיל איז נישט קיין שיל אָן אַ ספֿר־תּורה. דאָ האָבן געהאָלפֿן די סאַטמאַרער חסידים וואָס האַלטן זיך, אַז איך האָב נישט קיין טעות, פֿאַר די ממשיכים פֿונעם סאַנדזער רבין, ר׳ אַריה לייב האַלבערשטאַם. צוויי הונדערט סאַטמאַרער חסידים זענען עולה־רגל געווען צום קבֿר פון ר’ אַריה לייב האַלבערשטאַם אויפֿן צאַנדזער בית־עולם. מיטן ספֿר־תּורה אין די הענט זענען זיי געגאַנגען טאַנצנדיק און זינגענדיק אין די סאַנדזער גאַסן צו דער שיל. דאָרט האָט דער סופֿר געשריבן די לעצטע פּאָר ווערטער אויפֿן פּאַרמעט פֿונעם נײַעם ספֿר־תּורה.
לויט מײַן חשבון זענען אַוועק 75 יאָר זינט מען האָט געדאַוונט אין דער סאַנדזער שיל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.