(דער אַרטיקל איז לכתּחילה דערשינען אינעם Jerusalem Post. מיר שטעלן אים פֿאָר אויף ייִדיש מיטן רשות פֿונעם מחבר און דער צײַטונג).
אַז איך טוט אַ קוק אויפֿן לעבן וואָס ווערט געשילדערט אין אַ בילד פֿונעם מאַרקפּלאַץ אין 1939 — אַ געוויינטלעכע סצענע פֿון אַן אַמאָליקן ייִדישן שטעטל — און פֿאַרגלײַך אים צום הײַנטיקן סקווער וואָס געפֿינט זיך אויפֿן זעלביקן אָרט, קומען אַרויס בײַ מיר געפֿילן פֿון טיפֿן טרויער.
דאָס איז אַמאָל געווען אַ שטעטל, מיט פֿיר מאָל אַזוי פֿיל תּושבֿים ווי זײַן הײַנטיקע באַפֿעלקערונג פֿון 1,300, און דרײַ־פֿערטל זענען געווען ייִדן. געוויסע שטעטלעך אינעם ראַיאָן האָבן דענקמעלער וואָס אָנערקענען זייערע אַמאָליקע דערמאָרדעטע תּושבֿים, אָדער כאָטש אַ סימן פֿון זייער אומקום. אין סטויפּניץ געפֿינט מען אָבער ניט קיין שום זכר פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן שטעטל.
מיט אַ חודש צוריק בין איך צום דריטן מאָל געפֿאָרן קיין סטויפּניץ. מײַן באָבע פֿון דער מאַמעס צד, לאָלאַ איקאָוויטש (פֿון דער היים לאָלאַ דולע), וואָס איז געשטאָרבן מיט צוויי יאָר צוריק, און מײַן באָבע פֿונעם טאַטנס צד, מאַניע ווײַס, זענען ביידע געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין סטויפּינץ. ווען איך בין געווען זעקס יאָר אַלט, אין די 1980ער יאָרן, האָט מײַן משפּחה געמאַכט אַ גרויסע רײַזע קיין אייראָפּע, בעת וועלכער מיר האָבן באַזוכט בריסל — וווּ עס וווינען אונדזערע קוזינען און נאָך אַ משפּחה מיט סטויפּניצער וואָרצלען — פּאַריז, אַמסטערדאַם און פּוילן, כּדי צו זען ערטער וואָס זענען פֿאַרבונדן מיטן חורבן.
אַרום 30 יאָר שפּעטער בין איך געפֿאָרן מיט מײַן פֿאָטער אינעם זעלביקן טייל פֿון דרום־מיזרח פּוילן, כּדי צו באַזוכן סטויפּניץ און אַנדערע אַמאָליקע ייִדישע שטעטלעך. איך האָב מיטגעבראַכט אַ פּוילישן פֿרײַנד, ער זאָל פֿאַר אונדז איבערזעצן.
איך האָב געוואָלט פֿרעגן די סטויפּניצער אײַנוווינער אַ פּשוטע פֿראַגע וואָס עקבערט מיך שוין לאַנגע יאָרן — פֿאַר וואָס איז ניט געווען אַפֿילו די מינדסטע שילד אינעם שטעטל, וואָס זאָל דינען ווי אַ דענקמאָל לזכר די גרעסטע גרופּע סטויפּניצער בירגער, וואָס מע האָט פֿאַרטיליקט, ממש דאָס האַרץ פֿונעם שטעטל במשך פֿון הונדערטער יאָרן?
מיר זענען אָנגעקומען אויפֿן גרויסן סקווער אין מיטן שטעטל און האָבן נאָך אַ פּאָר מינוט אָנגעהויבן רעדן מיט אַן אָרטיקן פּאָרפֿאָלק אין די זעכציקער אָדער זיבעציקער. איך האָב זיי דערציילט וועגן מײַנע באָבעס. זיי האָבן געפֿרעגט די נעמען פֿון זייערע משפּחות און צי איך ווייס אויף וועלכע גאַסן זיי האָבן אַמאָל געוווינט (דאָס ווייס איך דווקא נישט). דער מאַן, יאַנוש, האָט געזאָגט אַז ער האָט געקויפֿט אַ באָדן אינעם שטעטל וואָס האָט אַמאָל געהערט צו ייִדן. ער האָט צוגעגעבן אַז דער הויפּט־סקווער, דער מאַרקפּלאַץ, פֿלעג זײַן אין גאַנצן אין ייִדישע הענט. איך האָב בײַ זיי דערמאָנט דעם פֿאַקט, וואָס עס עקזיסטירט בכלל ניט קיין דענקמאָל צי אָנדענק־שילד לזכר דעם שטעטלס דערמאָרדעטע ייִדישע אײַנוווינער. יאַנוש האָט געזאָגט, אַז עס גייט קיינעם ניט אָן.
איז, וואָס געפֿינט זיך הײַנט יאָ אינעם סקווער? געוויינטלעכע קראָמען רינגלען אים אַרום, באַגלייט מיט בלומען און ביימער וואָס מע האָט דאָרט פֿאַרפֿלאַנצט. אינעם צענטער געפֿינט זיך אַ פֿאָנטאַן. ס׳איז יאָ פֿאַראַן אַ דענקמאָל לזכר דעם אַמאָליקן פּוילישן פּרעזידענט יוזעף פּיזולדסקי (געהערשט 1920־1935). לעבן דעם דענקמאָל זענען עטלעכע מענער געזעסן אויף בענק. אַן אָרטיקער קרעמער האָט געעצהט, אַז מע זאָל רעדן מיט מענטשן פֿונעם שטעטלס קולטור־צענטער, וואָס געפֿינט זיך אין אַן אימפּאָנירנדיקן פּאַלאַץ פֿונעם 18טן יאָרהונדערט ניט ווײַט פֿונעם סקווער.
אויפֿן ערשטן שטאָק פֿונעם קולטור־צענטער געפֿינט מען אַ גרויסן צימער מיט אַן אויסשטעלונג פֿון פּערזענלעכע אָביעקטן, וואָס אַ שטעטל־אײַנוווינער וואָלט געהאַט גענוצט אין דער פֿאַרגאַנגענהייט. אין אַ שלאָפֿצימער פֿון אַ פּויערישער היים הענגען קריסטלעכע איקאָנאָגראַפֿיע איבערן בעט. אין דער אויסשטעלונג געפֿינען זיך בכלל ניט קיין סימנים פֿונעם שטעטלס ייִדישן אַמאָל. אויפֿן צווייטן שטאָק הענגען פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס שילדערן די געשיכטע פֿונעם שטעטל. צווישן זיי געפֿינט מען אַ קליין בילד פֿון דעם מאַרקפּלאַץ אין 1939. ס’איז דאָס איינציק בילד וואָס גיט אָנצוהערן, אַפֿילו אויף גאָר אַן אומדירעקטן אופֿן, אַז דאָס איז אַמאָל געווען אַ ייִדיש שטעטל.
אין דער אָרטיקער ביבליאָטעק, לעבן אַ פֿאָטאָ־אויסשטעלונג, האָבן מיר גערעדט מיט דער ביבליאָטעקאַרשע אַלעקסאַנדראַ סאַלאָמאָן, וואָס האָט אונדז געוויזן אַ ביכל וועגן דער געשיכטע פֿון סטויפּניץ, וואָס זי האָט אָנגעשריבן אויפֿן סמך פֿון איר טעזיס. מיר האָבן זי געפֿרעגט פֿאַר וואָס עס געפֿינט זיך אינעם שטעטל ניט קיין דענקמאָל לזכר די ייִדן. האָט זי געענטפֿערט, אַז ס׳איז ניטאָ קיין איניציאַטיוו אויף דעם. ווען איך האָב זי געשטעלט די פֿראַגע, צי די סטויפּניצער אײַנוווינער האָבן מורא, אַז די ייִדן וועלן צוריקקומען און זאָגן, אַז עס קומט זיי הײַזער אָדער באָדנס, האָט זי דערקלערט, אַז קיינער זאָרגט זיך ניט וועגן דעם. דער נײַער דור טראַכט ניט אַזוי פֿיל וועגן דער פֿאַרגאַנגענהייט.
מיר האָבן פֿאַרלאָזט דעם קולטור־צענטער און זענען צוריקגעפֿאָרן אין שטעטל אַרײַן, כּדי צו באַזוכן די קאַנצעלאַריע פֿונעם בירגער־מײַסטער רישאַרד זיך. ער, צוזאַמען מיט זײַן סעקרעטאַר, האָבן אונדז מקבל־פּנים געווען.
זיי האָבן אונדז געפֿרעגט וועגן דער משפּחה־געשיכטע פֿון מײַנע באָבעס און געוואָלט וויסן, צי זיי האָבן פֿאַרלאָזט סטויפּניץ איידער עס איז אויסגעבראָכן די מלחמה. איך האָב זיי דערקלערט אַז מײַנע באָבעס משפּחות זענען דערמאָרדערט געוואָרן אין טרעבלינקע און אַז מײַנע באָבעס אַליין זענען געווען צווישן די 1500 יונגע סטויפּניצער ייִדן, וועמען די דײַטשן האָבן פֿאַרשיקט אין אַ צוואַנג־אַרבעט־לאַגער אין סקאַרזשיסק.
זיי האָבן געקענט די געשיכטע.
מײַן איבערזעצער האָט איבערגעגעבן, אַז איך בין ניט געקומען כּדי צו זאָגן, אַז עס קומט מיר אַ פֿאַרמעגן. דער בירגערמײַסטער האָט דערציילט, אַז מיט אַ פּאָר יאָר צוריק איז אָנגעקומען אַן אויטאָבוס פֿון ישׂראלדיקע טוריסטן, און אַז די סטויפּניצער אײַנוווינער האָבן אויף זיי געקוקט מיט חשד, עפּעס וואָס געשעט גאַנץ אָפֿט ווען ייִדן באַזוכן אַזעלכע ערטער. איך האָב געפֿרעגט פֿאַר וואָס עס געפֿינט זיך ניט אַפֿילו דער קלענסטער דענקמאָל אינעם סקווער וועגן דער געשיכטע און גורל פֿון די סטויפּניצער ייִדן.
דער בירגער־מײַסטער האָט געזאָגט, אַז אַן ישׂראלי האָט אין די 1990ער יאָרן געוואָלט אויפֿשטעלן אַ דענקמאָל אינעם שטעטל אָבער אַז עס קיינמאָל ניט מקוים געוואָרן, ווײַל מע האָט ווײַטער ניט געהערט פֿון אים. איך האָב דעם בירגער־מײַסטער געפֿרעגט, פֿאַר וואָס ער שאַפֿט אַליין ניט קיין דענקמאָל און ער האָט געזאָגט, אַז ס׳איז דאָ אַ געזעץ, וואָס פֿאַרווערט, אַז די פּוילישע שטעטלעך זאָלן אַליין אויפֿשטעלן אַזעלכע דענקמעלער. ער האָט געזאָגט, אַז כּדי מע זאָל אויפֿשטעלן אַזאַ מאָנומענט, מוז מען קודם גרינדן אַן אומאָפּהענגיקע פֿונדאַציע, וואָס זאָל זאַמלען דאָס געלט, ווײַל מע טאָר ניט ניצן קיין עפֿנטלעכע געלטער אויף דעם.
איך האָב אים געזאָגט אַז איך האַלט אַז דער איניציאַטיוו דאַרף קומען פֿונעם שטעטל אַליין, און ער האָט ווידער געזאָגט, אַז די מוניציפּאַלע אינסטאַנץ טאָר עס ניט טאָן. ער האָט מיר אָבער געגעבן אַ האָפֿענונג, אַז מע וועט אַמאָל יאָ אַרויפֿשטעלן אַזאַ דענקמאָל אינעם געוועזענעם מאַרקפּלאַץ.
„ווען ס׳איז דאָ עפּעס אַן איניציאַטיוו, קען עס מקוים ווערן,‟ האָט ער געזאָגט בײַם סוף פֿון אונדזער שמועס.
אויף דערווײַל, אָבער, שווײַגט דאָס שטעטל, דער סקווער און דער קולטור־צענטער, וועגן דעם ביטערן גורל פֿון זײַנע געוועזענע ייִדישע אײַנוווינער. וויפֿל אַנדערע פּוילישע שטעטלעך און דערפֿלעך שווײַגן אויך וועגן יענעם פֿינצטערן קאַפּיטל פֿון זייער געשיכטע?
דעם 5טן סעפּטעמבער, 1942, האָבן „עס־עס‟־סאָלדאַטן, פּוילישע פּאָליציאַנטן און אַן אוקראַיִנישע איינהייט אַרומגערינגלט די סטויפּניצער געטאָ. אויפֿן אַנדערן טאָג האָט מען דערמאָרדעט 400 ייִדן — ס׳רובֿ עלטערע מענטשן און אינוואַלידן — פֿאַרן זיך ניט פֿאָרשטעלן ווי מע האָט זיי געהייסן. 3,000 ייִדן זענען דערנאָך פֿאַרשיקט געוואָרן אין טרעבלינקע, וווּ מע האָט זיי דערמאָרדעט אין די גאַז־קאַמערן.
עס האָבן געוווינט ייִדן אין סטויפּניץ זינט די 1500ער יאָרן. די ייִדישע סטויפּניץ איז אָבער פֿאַרלאָשן געוואָרן.
בעת דער ליקווידאַציע פֿון דער געטאָ האָט אַ סטויפּניצער אײַנוווינער, באָגומיל העטנאַרסקי, געזען סצענעס וואָס ער האָט שפּעטער געשילדערט אין אַ ביכל זכרונות. העטנאַרסקי, וואָס איז דעמאָלט געווען 14 יאָר אַלט, באַשרײַבט ווי די דײַטשן האָבן דערהרגעט די אַלטע און קראַנקע ייִדן אינעם מאַרקפּלאַץ און ווי זיי האָבן איבערגעלאָזט פֿרישע מתים אין קאַלוזשעס בלוט. עס זענען פֿאַרבײַגעפֿאָרן וועגענער אָנגעפֿילט מיט מתים. ער גיט איבער ווי אַ פֿרויס פֿוס אין אַ פּאַנטאָפֿל האָט אַרויסגעשטעקט פֿון אַ טאַרפּאָלין אויף אַ וואָגן „גלײַך אַנטקעגן דעם פֿאַרוואָלקנטן הימל, ווי אַ סימבאָל פֿון שטילן פּראָטעסט קעגן די בלוטיקע געשעענישן.‟
„אויפֿן אַנדערן טאָג בין איך געגאַנגען שפּאַצירן ניט באַמערקנדיק דעם קאָליר פֿון די ברוקשטיינער,‟ האָט העטנאַרסקי געזאָגט. „צוריקקומענדיק פֿון דער שוידערלעכער סצענע האָב איך געפֿונען, אַז אַ רויטע בלאָטע האָט איבערגעדעקט מײַנע שיך. בלויז דעמאָלט האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז דער מאַרק איז געווען באַדעקט מיט בלוט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.