אַזוי ווי אַלע טעכנאָלאָגישע אַנטוויקלונגען, האָט די אינטערנעץ גורם געווען אַ סך נײַע דערשײַנונגען אין דער פּאָפּולערער קולטור. אַ „מים‟, למשל, אַ וואָרט וואָס איז לכתּחילה אויסגעטראַכט געוואָרן דורכן פֿילאָסאָף און ראַדיקאַלן אַטעיִסט ריטשאַרד דאַוקינס אין 1976 באַשרײַבט אַ פֿענאָמען, וואָס פֿאַרשפּרייט זיך גאַנץ גיך פֿון איין מענטש צום אַנדערן דורך דער פּאָפּולערער קולטור.
אינעם קאָנטעקסט פֿון דער אינטערנעץ איז אַ „מים‟ געוויינטלעך אַ באַקאַנט בילד פֿון אַ באַרימטער פּערזענלעכקייט, חיה, אָדער אַבסורדע סצענע, מיט ווערטער וואָס מאַכן חוזק פֿון עפּעס. ס׳רובֿ „מימס‟ זענען איראָניש אָבער זיי קענען אויך זײַן סתּם הומאָריסטיש אָדער אַפֿילו רירנדיק. די קונסט פֿון מאַכן אַ גוטן „מים‟ איז אויסצוקלײַבן אַ בילד וועמענס באַטײַט איז אַלעמען פֿאַרשטענדלעך און צוגעבן ווערטער וואָס דערמעגלעכן, אַז מענטשן זאָלן באַטראַכטן די זאַך אויף אַ נײַעם אופֿן.
די וועלט פֿון אינטערנעץ־„מימס‟ איז איצט אַריבער אויף מאַמע־לשון אַ דאַנק די באַמיִונגען פֿון קאָסטיע טשורין, אַ ייִדיש־סטודענט וואָס שאַפֿט זײַנע אייגענע ייִדיש־שפּראַכיקע „מימס‟ פֿאַר זײַן פֿייסבוק־זײַטל „מים־לשון‟ און מאַקס ווײַנרײַך, אַ יונגער ייִדישיסט, וואָס אַרבעט צוזאַמען מיט אים. זייערע „מימס‟, וואָס זענען געוואָרן פּאָפּולער בײַ די ייִדיש־סטודענטן און יונגע ייִדישיסטן, מאַכן חוזק פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק, פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דער ייִדיש־וועלט, דער פּאָפּולערער קולטור און אַנדערע טעמעס. בפֿרט אוניקאַל וועגן זײַן צוגאַנג איז דאָס געמיש פֿון פּאָפּולערער קולטור מיט וויצן און ווערטערשפּילן, וואָס נאָר ייִדישיסטן און ייִדיש־סטודענטן וועלן פֿאַרשטיין.
אָט זענען עטלעכע פֿון די „מימס‟ פֿון „מים־לשון‟. די אַלע „מימס‟ קען מען זען אויפֿן זײַטל „מים־לשון‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.