אָנלײַן־שדכנטע העלפֿט ייִדן פֿון מיזרחדיקן אָפּשטאַם געפֿינען אַ זיווג

This Online Matchmaker Helps Jews of Middle Eastern Descent Find Love


פֿון דזשאָסעפֿין דאָלסטען (ייִט״אַ)

Published June 15, 2017, issue of June 29, 2017.

בײַם הײַנטיקן טאָג קען מען געפֿינען אַ שדכנות־וועבזײַטל צי אַפּליקאַציע פֿאַר אַלץ און אַלעמען. דער ניו־יאָרקער דענטיסטקע סינטיאַ שמש (שאַמאַש) האָט איין מאָל זיל אָבער געכאַפּט אַז קיין אַפּליקאַציע צו געפֿינען אַ ייִד פֿון מיזרחדיקן אָפּשטאַם, פֿון מיטעלן מיזרח אָדער צפֿון־אַפֿריקע איז דװקא נישטאָ.

די 53־יעריקע שמש, וואָס האָט אין 2015 אַרויסגעגעבן אַ ביכל וועגן איר משפּחהס פּליטה פֿון איראַק, האַלט אָפֿט לעקציעס וועגן איר געשיכטע. נאָך די אונטערנעמונגען קומען צון איר צו איראַקישע ייִדן און שטעלן זיך פֿאַר איר פֿאָר. צוליב דעם געפֿיל פֿון היימישקייט איז איר אײַנגעפֿאַלן אַז כּדי צו העלפֿן דעם קומעדיקן דור האָבן אַ פֿאַרבינדונג מיט זייער קולטור־ירושה וואָלט אפֿשר גוט געווען צו האָבן אַ וועבזײַטל וואָס קען זיי צונויפֿפֿירן.

האָט זי טאַקע אין אַפּריל לאַנצירט „עלדעלאַלאַ“, אויף אַראַביש טײַטש ׳דער שכדן׳.

דערווײַל באַטייליקן זיך נאָר אַרום פֿופֿציק מיטגלידער פֿון איבער דער וועלט, אַרײַנגערעכנט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, ענגלאַנד, האָלאַנד און שוועדן. אין עלטער גרייכן זיי פֿון 21 ביז 72 יאָר. שמש האָפֿט אײַנצופֿירן דאָס וועבזײַטל אויך אין ישׂראל. כאָטש לכתּחילה האָט זי עס געצילעוועט נאָר אויף ייִדן פֿון איראַקישן אָפּשטאַם האָט זי עס אין גיכן אויסגעברייטערט אויף אַלע מיזרחדיקע ייִדן, ד״ה, פֿון איראַן, לבֿנון, סיריע און מאַראָקאָ.

אַקעגן אַנדערע שדכנות־אַפּליקאַציעס וואָס ווײַזן אָן נישט מער ווי אַ פֿאָטאָגראַפֿיע דאַרף מען אויף „עלדעלאַלאַ“ אויספֿילן אַ פֿרעגבויגן אויף פֿאַרשידענע טעמעס ווי, למשל, ווי פֿרום מ׳איז, ווי גרייט מ׳איז זיך איבערצוציִען אין אַ נײַ אָרט, און וואָס פֿאַר אַ שטריכן מע זוכט אין אַ זיווג.

באַקענען באַקענט מען זיך אויפֿן טראַדיציאָנעלן שטייגער – דורך שמש און צוויי אַנדערע שדכנטעס, וואָס לייענען איבער די פּראָפֿילן און פֿירן צונויף אַזוינע וואָס זיי האַלטן פֿאַר גוט צוגעפּאַסט.

שאַראָן אַראַזי, אַן 28־יעריקע מענעדזשער פֿון גרייט־נעק, נ״י, שטאַמט פֿון איראַקישע, סירישע און לבֿנונשע ייִדן און האָט זיך פֿאַרשריבן אויף „עלדעלאַלאַ“ ווײַל זי זוכט עמעצן וואָס פֿאַרשטייט איר הונטערגרונט און שאַצט אָפּ די מיזרחדיקע מאכלים, מוזיק און שטייגער טראַכטן. סע געפֿעלט איר דווקא דאָס, וואָס די שידוכים ווערן אויספּלאַנירט דורך מענטשן אַנשטאָט קאָמפּיוטער־אַלגאָריטעמס.

פֿון איין פֿירגעלייגטן שידוך האָט זי זיך שוין אָפּגעזאָגט דערפֿאַר ווײַל ער איז געווען אַ סך פֿרומער פֿון איר; זי קוקט אָבער אַרויס זיך צו באַקענען מיט אַ צווייטן.

אַרום אַ העלפֿט פֿונעם דערווײַל קליינעם עולם האָט אַרויסגעזאָגט אַ גרייטקייט צוליב דער ליבע זיך איבערצוקלײַבן אויף אַ נײַ אָרט. דאָס, האַלט שמש, ווײַזט אָן ווי וויכטיק ס׳איז זיי צו געפֿינען אַ שידוך מיט אַן ענלעכן הינטערגרונט.

דאָך צילעוועט שמש נישט אָפּצומוטיקן מיזרחדיקע ייִדן חתונה צו האָבן מיט ייִדן פֿון אַן אַנדערן אָפּשטאַם. איר אייגענער מאַן שוין 25 יאָר לאַנג איז אַן אַשכּנזישער. „עלדעלאַלאַ“ איז טאַקע אָפֿן פֿאַר אַלע ייִדן וואָס פֿאַראינטערעסירן זיך אין דער מיזרחדיקער ייִדישער קולטור.

ביז דעצעמבער וועט דאָס וועבזײַטל זײַן בחינם, און נאָך דעם וועט קאָסטן 20 דאָלאַר אַ חודש. מע וועט אָבער קיינעם נישט אָפּזאָגן צוליב געלט־צרות.

נאָכן אַנטלויפֿן פֿון איראַק איז שמש קיין מאָל נישט צוריקגעפֿאָרן. אין לעצטן סך־הכּל באַטראַכט זי דאָס וועבזײַטל ווי אַן אופֿן צונויפֿצופֿירן מיזרחדיקע ייִדן וואָס וווינען מער נישט אין זייער היימלאַנד. זי האַלט, אַז אויב מע האָט שוין נישט דעם היימישן באָדן אונטער די פֿיס, זאָל די טעכנאָלאָגיע כאָטש צושטעלן אַ מין באָדן, מע זאָל זיך קענען געפֿינען איינס ס׳צווייטע.