דער ייִדישער טעאַטער „פֿאָלקסבינע“, װאָס איז אַלט 103 יאָר, איז שוין פֿון לאַנג ניט קיין „גרינער“, פֿאַרגעסט אָבער ניט אין זײַנע אימיגראַנטישע וואָרצלען.
הײַיאָר וועט דער טעאַטער פֿאָרשטעלן אַ נײַעם ייִדיש־שפּראַכיקן נוסח פֿון זײַן מיוזיקל „אַמעריקע: דאָס גאָלדענע לאַנד“ געווידמעט דער מוזיק פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע. לעצטנס האָט די „פֿאָלקסבינע“ געלאָזט וויסן, אַז זי וועט אין דער זעלביקער צײַט אָנפֿירן מיט אַ פּראָמינענטער קאָנפֿערענץ געווידמעט די קונסט־ווערק פֿון אימיגראַנטן פֿון אַלע עקן וועלט.
די קאָנפֿערענץ, װאָס װעט פֿאָרקומען אינעם „מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה“ אין מענהעטן, וועט צונויפֿברענגען זינגער, אַקטיאָרן, טענצער, קינסטלער און קונסט־קריטיקער פֿון אַ ריי אָרגאַניזאַציעס, כּדי אַרומצורעדן די אימיגראַנטישע קונסט אין אַמעריקע און איר ווירקונג אויף דער ברייטער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט.
צווישן די אָנטיילנעמער וועלן רעדן פֿאָרשטייער פֿון אַפֿריקאַנער, לאַטײַן־אַמעריקאַנער, רומענישע, אירישע, אַזיאַטישע, ייִדישע, ישׂראלישע, טערקישע און איטאַליענישע אָרגאַניזאַציעס און טעאַטערס. אַחוץ אַזעלכע באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן אויף דער ייִדישער גאַס ווי דער מוזיקער פֿרענק לאָנדאָן און די טעאַטער־רעזשיסאָרקע דזשעני ראָמיין, וועלן אויך נעמען אַ װאָרט דער אירישער ראָק־זינגער לערי קירוואַן און דער באַרימטער האָליוווּדער אַקטיאָר און קאָמיקער פֿון קאָלאָמבישן אָפּשטאַם — דזשאָן לעגוזאַמאָ.
ווי אַ טייל פֿון דער קאָנפֿערענץ וועט מען דורכפֿירן אַ ריזיקן קאָנצערט אין „ראָבערט־עף־וואַגנער פּאַרק” לעבן דעם „מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה“, מיט דער מוזיק פֿון פֿאַרשידנאַרטיקע אימיגראַנטישע גרופּעס בשעתן קוקן אויף דער „פֿרײַהייט־סטאַטוע“ און „עליס־אײַלאַנד“ אינעם דערבײַיִקן האַוון. ווי אַ טייל פֿונעם ספּעקטאַקל וועלן אַקטיאָרן פֿון „אַמעריקע: דאָס גאָלדענע לאַנד“ פֿאָרשטעלן עטלעכע לידער פֿונעם מיוזיקל.
די קאָנפֿערענץ וועט פֿאָרקומען מאָנטיק, דעם 17טן יולי, און דינסטיק, דעם 18טן יולי. בילעטן קאָסטן $10 אויף אַ טאָג און $15 אויף דער גאַנצער קאָנפֿערענץ אָבער דער שלוס־קאָנצערט איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.
נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: //nytf.org/immigration-arts-in-america-participants/.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.