בראָדוויי־אויפֿפֿירונג פֿון „אויסגעלאַסן“ פֿאַרלענגערט ביזן 6טן אויגוסט

Broadway Run of “Indecent” Extended Through August 6


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 23, 2017, issue of June 29, 2017.

זעלטן ווען האָט אַ פּיעסע אַזוי גערירט אַזאַ סך צוקוקערס אין עולם ווי ס׳האָט די פּיעסע „אויסגעלאַסן“ (Indecent).

באַלד נאָכן אַנאָנסירן מיט אַ וואָך צוריק, אַז די פּיעסע וועט זיך שליסן דעם 25סטן יוני, זענען אָן אַ שיעור פּאָזיטיווע אָפּרופֿן געגאַנגען פֿון מויל צו מויל, און בילעטן האָבן זיך אין גיכן אויספֿאַרקויפֿט — פֿאַרבליבן נאָר שטייפּלעצער. דערפֿאַר האָבן די פּראָדוצענטן פֿון דער „טאָני‟־פּרעמירטער דראַמע באַשלאָסן צו פֿאַרלענגערן די אויפֿפֿירונג אויף נאָך זעקס וואָכן, ביזן 6טן אויגוסט.

במשך פֿון דער וואָך וואָס האָט זיך געענדיקט דעם 18טן יוני האָט די פּיעסע פֿאַרדינט $377,789, אין פֿאַרגלײַך מיט דער פֿריִערדיקער וואָך וואָס האָט אַרײַנגעבראַכט בלויז $277,395.

די פּיעסע דרייט זיך אַרום דער שטורעמדיקער געשיכטע פֿון דער ערשטער אויפֿפֿירונג פֿון שלום אַשעס פּיעסע „גאָט פֿון נקמה“ אין ניו־יאָרק אין 1923. דער סקאַנדאַל האָט זיך דעמאָלט געמאַכט אַרום די סצענעס פֿון לעסבישער ליבע, וואָס מ׳האָט ביז דעמאָלט קיין מאָל נישט געזען אויף דער בינע, און האָט דערפֿירט צום אַרעסטירן דעם גאַנצן אַנסאַמבל און די קאָנסעקווענצן דערפֿון.

די אויפֿפֿירונג פֿון „אויסגעלאַסן“ איז שטאַרק געלויבט געוואָרן פֿון די רעצענזענטן. די פּיעסע, אָנגעשריבן פֿון פּאַולאַ וואָגל און רעזשיסירט פֿון רעבעקאַ/רבֿקה טײַכמאַן, האָט געשפּילט אָף־בראָדוויי אַ חודש לאַנג אין 2016, אָבער האָט זיך אויף ס׳נײַ, אין אַפּריל 2017, געעפֿנט טאַקע אויף בראָדוויי, אינעם „קאָרט“־טעאַטער.

נאָך מער אינפֿאָרמאַציע אָדער צו קויפֿן בילעטן, גייט צו: //indecentbroadway.com