אַ טשיקאַווער אופֿן זיך צו לערנען העברעיִשע ווערטער

Unique Way to Learn Hebrew Words


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 29, 2017, issue of June 29, 2017.

לעצטנס האָבן אַ סעריע באַרימטע פּערזענלעכקייטן — צי זיי ווייסן דאָס צי נישט — געשפּילט אַ ראָלע בײַם העלפֿן העברעיִש־סטודענטן איבער דער וועלט זיך צולערנען נײַע ווערטער. די רשימה נעמט אַרײַן דעם געוועזענעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ; דעם זינגער און לידער־שרײַבער — לענאַרד כּהן ע״ה און דעם אַקטיאָר ריטשאַרד דזשיר.

סטײַטש?

דאָ רעדט זיך וועגן דעם ביכל Hilarious Hebrew (העברעיִש מיט הומאָר), וואָס איז נישט לאַנג צוריק אַרויסגעלאָזט געוואָרן אין אַ פֿערטער אויפֿלאַגע.

דער עיקר פֿונעם ביכל איז צו שאַפֿן, דורך אילוסטראַציעס, הומאָריסטישע אַסאָציאַציעס מיט יעדן נײַעם העברעיִשן וואָרט, כּדי די סטודענטן זאָלן די נײַע ווערטער בעסער געדענקען. ווען לייענערס לערנען זיך, למשל, דאָס העברעיִשע וואָרט אויף „בליץ‟ — „ברק‟ ווײַזט מען אַ בילד פֿון באַראַק אָבאַמאַ ווי ער פֿירט זײַן אויטאָ „גיך ווי אַ בליץ‟; במילא וועלן די סטודענטן אַסאָציִיִרן דאָס וואָרט „ברק‟ מיט אַ בליץ.

יעל ברויער, איינע פֿון די צונויפֿשטעלער פֿונעם ביכל, אַליין אַ העברעיִש־לערערין, איז איבערגעצײַגט, אַז אַזאַ פּעדאַגאָגיש מיטל וואָלט געווען עפֿעקטיוו אין וועלכער נישט איז שפּראַך. לערער פֿון אַנדערע שפּראַכן האָבן זיך שוין טאַקע געוואָנדן צו איר, צו שאַפֿן אַזאַ מין לערנביכל פֿאַר סטודענטן פֿון פֿראַנצייזיש, דײַטש און אַפֿילו כינעזיש.

„דאָס בוך איז פּאָפּולער בײַ ייִדן און בײַ קריסטן, בײַ טוריסטן און בײַ סטודענטן,‟ האָט ברויער געזאָגט.

דאָס ביכל ווערט צעטיילט אויף קאַטעגאָריעס, וואָס העלפֿן דעם באַניצער געפֿינען די ווערטער וואָס קענען אים צו ניץ קומען, אַרײַנגערעכנט וואָקאַבולאַר פֿאַר אײַנקויפֿן אויף יום־טובֿ, עסן און חיות.

דער לאָנדאָנער צווײַג פֿון דער „סוכנותּ‟ טיילט די ביכלעך אויס ווי מתּנות פֿאַר נײַע עולים, און ס׳איז אויך געוואָרן אַ לערן־מיטל אין די קלאַסן פֿון דער עדינבורגער שיל, וווּ מע האָט שוין אָנגעהויבן פֿאַרוואַנדלען אַ טייל פֿון די אילוסטראַציעס אין קורצע אַנימאַציע־ווידעאָס. אָנלײַן קען מען געפֿינען העברעיִש־קורסלעך באַזירט אויף דעם אָ מעטאָד.

יעל ברויערס מיט־מחבר — אייל שבֿית, אַ מוזיקער — האַלט אַפֿילו אין מיטן שאַפֿן אַ ליד ניצנדיק דעם זעלבן מעטאָד, דערקלערנדיק, אַז דורך געזאַנג קענען די נײַע ווערטער זיך נאָך מער אײַנוואָרצלען בײַ די סטודענטן אין קאָפּ.

נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם ביכל קען מען געפֿינען אויף: //www.hilarioushebrew.com