די צאָל זשורנאַלן וואָס דריקן רעגולער ייִדישע ליטעראַטור אין דער ענגלישער איבערזעצונג איז זייער אַ קליינע. צווישן זיי איז די יערלעכע אינטערנעץ־אַנטאָלאָגיע פֿון „פּאַקן־טרעגער‟, דעם אָרגאַן פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, צווישן די חשובֿסטע.
לעצטנס האָט „פּאַקן־טרעגער‟ פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן אַנומלטיקע אַנטאָלאָגיע פֿון איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אין זײַן הקדמה צו דער אַנטאָלאָגיע האָט איתן קענסקי, דער דירעקטאָר פֿון קאָלעקציע־איניציאַטיוון בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ דערקלערט, אַז פֿאַראַיאָרן האָט מען באַמערקט, אַז מע האָט ניט געדרוקט קיין סך דערציילונגען אָדער לידער פֿון פֿרויען. בכלל, שרײַבט קענסקי, ווערן די ווערק פֿון פֿרויען ווײַט ניט אַזוי אָפֿט איבערגעזעצט ווי די ווערק פֿון מענער, און די פּראָבלעם איז בפֿירוש שייך דער ייִדישער ליטעראַטור. דערפֿאַר האָט מען באַשלאָסן אַז הײַיאָר וועט מען אָפּגעבן די גאַנצע אַנטאָלאָגיע נאָר די שאַפֿונגען פֿון פֿרויען.
די אַנטאָלאָגיע נעמט אַרײַן לידער, דערציילונגען און זכרונות. זייער אַ וויכטיק ווערק וואָס ווערט אַרויסגעגעבן אויף ענגליש צום ערשטן מאָל איז אַ טייל פֿון רחל אויערבאַכס בוך זכרונות, אין וועלכן זי דערמאָנט די ביבליאָטעקער פֿון דער וואַרשעווער געטאָ. דער איבערזעצער איז סימאָר לעוויטאַן.
אין דער אַנטאָלאָגיע געפֿינט מען אויך די ווערק פֿון אַנדערע באַרימטע שרײַבערינס ווי רחל קאָרן, דבֿורה פֿויגל, יענטע מאַש, שירה גראָסמאַן און אויך ווייניק־באַקאַנטע שרײַבערינס ווי שׂרה אײַזן, ראָזאַ נעוואַדאָווסקאַ, בערטאַ קלינג, מלכּה לאָקער און ברכה קודלי.
כּדי צו לייענען די אַנטאָלאָגיע קוועטשט דאָ: //www.yiddishbookcenter.org/language-literature-culture/pakn-treger/2017-pakn-treger-translation-issue
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.