אַ צענטער זיך צו לערנען קבלה האָט זיך געעפֿנט די וואָך אין ביירוט, דער קרוינשטאָט פֿון לבֿנון. די תּלמידים — מוסולמענער און קריסטן — לערנען עס אָבער נישט ווי אַ טייל פֿון דער ייִדישער רעליגיע.
„איך דאַרף אונטערשטרײַכן דעם געדאַנק, אַז קבלה איז נישט יהדות,‟ האָט דערקלערט סאַראַ, די מוסולמענישע לערערין פֿון דער שטודיר־גרופּע, בעת אַן אינטערוויו מיט דער צײַטונג, Middle East Eye. די צײַטונג האָט נישט אָנגעגעבן איר פֿאַמיליע.
„אַן אוראַלטע גײַסטיקע לערע האָט זיך באַוויזן אין ביירוט די וואָך,‟ האָט די צײַטונג געמאָלדן.
„נאָכן האָבן געלערנט דעם זוהר אַ שטיקל צײַט, קען איך בעסער פֿאַרשטיין דעם קאָראַן,‟ האָט סאַראַ באַמערקט. דער זוהר איז דאָס הויפּטווערק פֿונעם ייִדישן מיסטיציזם. „קבלה איז אַ פּראַקטישע פֿילאָסאָפֿיע און גײַסטיקע לערע, וואָס איז מער נישט פֿאַרבונדן בלויז מיט ייִדישקייט,‟ האָט זי צוגעגעבן.
די לערנגרופּע איז נישט פֿאַרבונדן מיטן „קבלה־צענטער‟, וואָס האָט געהאָלפֿן פּאָפּולאַריזירן דעם ייִדישן מיסטיציזם במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 30 יאָר. דער „קבלה־צענטער‟ האָט במשך פֿון זײַן גרינדונג אין 1965 צוגעצויגן אַ ריי באַרימטע נישט־ייִדישע אַמעריקאַנער פּערזענלעכקייטן ווי מאַדאָנאַ, דעמי מור און בריטני ספּירס.
לויטן Middle East Eye, געפֿינט זיך אויך אַן אומפֿאָרמעלע קבלה־לערנגרופּע אין דובײַ. די וועבזײַט פֿונעם „קבלה־צענטער‟ גיט איבער, אַז ער האָט אַ צווײַג אין טערקײַ, און רעכנט אויך אויס רעסורסן אין דער פֿאַרסישער שפּראַך, כאָטש עס שטייט נישט צי עס געפֿינט זיך אַ צווײַג אין איראַן.
„ווי אַזוי ווייסן מיר אַז לבֿנון איז הײַנט דאָס מערבֿדיקעסטע פֿון אַלע אַראַבישע לענדער?‟ האָט לעצטנס געשריבן תּומר פּערסיקאָ, פֿונעם „שלום האַרטמאַן אינסטיטוט‟ אין ישׂראל. „ווײַל מע קען שוין דאָרט אויך געפֿינען אַן אַקטיווע ׳ני־איידזש׳ סצענע, אויף אַזוי ווײַט אַז זיי האָבן שוין געעפֿנט אַ קבלה־צענטער.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.