400־יעריקע ייִדישע ביבליאָטעק אין אַמסטערדאַם נאָך אַלץ אָפֿן

400-Year-Old Jewish library in Amsterdam Still Functioning

Joods Cultureel Kwartier

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט׳׳אַ)

Published July 02, 2017, issue of July 28, 2017.

די ביבליאָטעק „ליווראַריאַ עץ־חיים‟ אין אַמסטערדאַם איז די סאַמע עלטסטע ייִדישע ביבליאָטעק אויף דער וועלט וואָס פֿונקציאָנירט ביזן הײַנטיקן טאָג. ס׳איז ניט קיין חידוש, וואָס מע האָט שוין עטלעכע מאָל געדראָט זי אַראָפּצורײַסן.

די „ליווראַריאַ עץ־חיים‟ איז געגרינדעט געוואָרן אין 1616 דורך ייִדן וואָס האָבן זיך דאָרט באַזעצט נאָכן גירוש־שפּאַניע. די ביבליאָטעק, וואָס באַשטייט פֿון דרײַ צימערן, איז גלײַך לעבן דער פּרעכטיקער „פּאָרטוגעזישער שיל‟ אין דער האָלענדישער הויפּטשטאָט אַמסטערדאַם.

איר קאָלעקציע פֿון איבער 30,000 טעקסטן באַשטייט צום מערסטנס פֿון כּתבֿ־ידן און ביכער פֿון ייִדן, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט שפּאַניע אָדער פּאָרטוגאַל, און זייערע קינדער און קינדסקינדער. דער סאַמע עלטסטער דאָקומענט איז אַן עקזעמפּלאַר פֿון דער משנה־תּורה פֿון 1282. דער באַנד איז אין אַן אויסערגעוויינטלעכן צושטאַנד מיטן אויסנאַם פֿון עטלעכע שנאַרן וואָס זענען איבערגעגעבליבן פֿון אַ צענזאָר, וואָס האָט פֿאַרברענט טיילן פֿונעם בוך בעת דער אינקוויזיציע.

צווישן די באַרימטע האָלענדישע ייִדן וואָס האָבן מסתּמא אָפֿט באַזוכט די ביבליאָטעק זענען געווען די קאָנטראָווערסיעלע ייִדישע פֿילאָסאָפֿן ברוך שפּינאָזאַ און אוריאל ד׳אַאָקאָסטאַ.

אין 1940 האָט דער „ליווראַריאַ עץ־חיים‟ באַדראָט אַן ענלעכער גורל, ווען די נאַציס האָבן אַרײַנמאַרשירט אין האָלאַנד און דערהרגעט 75% פֿון די אָרטיקע ייִדן. די נאַציס האָבן אָבער ניט געשעדיקט די „פּאָרטוגעזישע שיל‟ און אַנשטאָט צו פֿאַרברענען די ביכער פֿון דער ביבליאָטעק האָט מען זיי פֿאַרשיקט קיין דײַטשלאַנד.

נאָך דער מלחמה האָט מען געפֿונען אַלע ביכער, אָן קיין גרויסע שאָדנס און זיי צוריקגעשיקט קיין אַמסטערדאַם. די האָלענדישע ייִדן האָבן אָבער ניט געהאַט די נייטיקע רעסורסן כּדי אויפֿצוהאַלטן די זאַמלונג און אין 1979 האָט מען אָפּגעשיקט די ביכער קיין ישׂראל. נאָך אַן 21־יאָריקן פּראָצעס פֿון רעמאָנטירן דעם בנין וווּ די ביבליאָטעק געפֿינט זיך, האָט מען ווידער געשיקט די ביכער אַהיים קיין אַמסטערדאַם אין 2000.

איצט ווילן די אָנפֿירער פֿון דער „ליווראַריאַ עץ־חיים‟, אַז מענטשן איבער דער גאָרער וועלט זאָלן קענען געניסן פֿון זייער אוניקאַלער זאַמלונג. זיי אַרבעטן בשותּפֿות מיט דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון ישׂראל, כּדי צו דיגיטאַליזירן די גאַנצע קאָלעקציע, מע זאָל זי קענען לייענען דורך דער אינטערנעץ.