אָט זענען צוויי באַגריסונג־רעדעס וואָס מע האָט געהאַלטן אויף דער אויסטיילונג פֿון דער „רעפֿערענץ־פּרעמיע‟ דעם „אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך‟ מצד דעם „פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע ביבליאָטעקן‟. די צערעמאָניע איז פֿאָרגעקומען בעת אַ קאָנפֿערענץ פֿונעם פֿאַרבאַנד, דעם 21סטן יוני, אין ניו־יאָרק. די ערשטע באַגריסונג איז פֿונעם ייִדישן פּאָעט, ירמיהו אַהרן טאַוב, אין נאָמען פֿונעם פֿאַרבאַנד, און די צווייטע איז פֿון גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, איינע פֿון די דרײַ רעדאַקטאָרן פֿונעם ווערטערבוך.
ס’איז מיר אַ פֿאַרגעניגן צו ווינטשן אונדזערע חשובֿע געסט — גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, ד״ר הערשל גלעזער, און ד״ר חוה לאַפּין, אַלע גרויסע ייִדישע קולטורעלע כּלל־טוערס — אַ מזל־טובֿ. מבֿינות איז איין זאַך, און ברייטהאַרציקייט איז עפּעס אין גאַנצן אַנדערש. אַלע דרײַ זיינען ברייטהאַרציק מיט זייער קענטעניש און מבֿינות. אַלע האָבן קאָריגירט און פֿאַרבעסערט מײַן אַרבעט און די אַרבעט פֿון אַ סך אַנדערע דורך די יאָרן. הערשל איז געווען מײַנער אַ קאָלעג יאָרן לאַנג אינעם ייִוואָ וווּ ער האָט געענטפֿערט טויזנט פֿראַגעס מײַנע אויף שפּראַך־ענינים. גיטל איז די שפּראַך־רעדאַקטאָרשע פֿאַרן זשורנאַל „אויפֿן שוועל‟ און האָט קאָריגירט מײַנע עסייען, און ד״ר לאַפּין קען איך פֿון דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם און אויך דורכן זשורנאַל „צוקונפֿט‟ וווּ זי האָט אָנגענומען איינס פֿון מײַנע לידער צום דרוק. צוליב די אַלע פּראָפֿעסיאָנעלע און פּערזענלעכע באַציִונגען איז מיר הײַנט ספּעציעל רירנדיק.
צו אונדזערע פּרעמיע־געווינערס וויל איך בלויז זאָגן, אַז אײַער ווערטערבוך איז טאַקע אַ מײַסטערווערק פֿול מיט מאָדערנע ווערטער, פֿראַזעס, אויסדרוקן און טערמינען אָן אַ שיעור. דאָ קען מען געפֿינען ווערטער ווי „דער האַרטער דיסק,” „אַרײַנדרינגען, אַרײַנהאַקן,” „זאָל זײַן וואָס ס׳עט זײַן,” און „אויגן־קנייטשלעך.” דאָס בוך איז ספּעציעל נייטיק פֿאַר הײַנטיקע ייִדישיסטן — די וואָס גלייבן אַז אונדזער הייליק מאַמע־לשון מוז זײַן אַ לעבעדיקע שפּראַך וואָס מע קען רעדן מיט באַקאַנטע, חבֿרים, קאָלעגען, און קרובֿים, און שרײַבן וואָס עס זאָל נישט זײַן — בריוו, עסייען, פֿײַנע ליטעראַטור, אאַז״וו. מיט אײַער יאָרן־לאַנגער האָרעוואַניע האָט איר אונדז געגעבן די ווערטער וואָס מיר קענען איצט תּמיד האַלטן נאָענט צו זיך און דערבײַ צו באַנײַען אונדזער קולטור־ירושה. איר האָט אונדז געגעבן אַ זעלטענעם מכשיר, איצט מוזן מיר אים ניצן.
אַ האַרציקן דאַנק און אַ יישר כּוח אײַך אַלעמען!
ירמיהו אַהרן טאַוב
ס׳איז פֿאַר מיר דער טיפֿסטער כּבֿוד אָנצונעמען די אָ פּרעמיע פֿונעם פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע ביבליאָטעקן, אין נאָמען פֿון מײַנע איבערגעגעבענע קאָלעגן הערשל גלעזער און חוה לאַפּין. דאָס אויסקלײַבן דאָס „אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך“ פֿאַר דער פּרעמיע פֿאַרן בעסטן יודאַיִקאַ־אײַנקוקבוך אין 2016 איז אַ גאָלדענע געלעגנהייט אָדער צו מאַכן אַ שהחיינו; אָדער אויסצורופֿן דעם אייביקן ייִדישן אויסדרוק וואָס איז פֿול מיט האָפֿענונג — „משיחס צײַטן!“; אָדער גאָר ביידע.
דער יחיד־במינו וואָס אים קומט די גרעסטע לויב פֿאַר דעם היסטאָרישן ווערטערבוך איז מרדכי שעכטער ז״ל. ד״ר שעכטער, וואָס איז געווען צווישן די חשובֿסטע לינגוויסטן פֿון זײַן דור און אַ ייִדיש־פּראָפֿעסאָר אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט (און יאָ, מײַן טאַטע), האָט אָפּגעגעבן זײַן לעבן דער טירחא פֿון זאַמלען און פֿאַרשרײַבן די ווערטער, אויסדרוקן און אידיאָמען פֿון הונדערטער, הונדערטער ייִדיש־רעדערס וועמען ער האָט אָדער פּנים־אל־פּנים אינטערוויויִרט אָדער וועמעס ליטעראַרישע ווערק ער האָט איבערגעלייענט. ער איז געווען אַ פֿולקומער ייִדישיסט, וואָס האָט געלעבט און געאָטעמט מיט דער שפּראַך, און וואָס האָט אינספּירירט זײַנע סטודענטן דווקא ווײַטער צו רעדן ייִדיש, וואָס זיי האָבן אָדער געקענט פֿון דער היים אָדער זיך צום ערשטן מאָל געלערנט. לויט זײַן אייגענער שאַצונג האָט ער אין זײַנע לעקסישע זאַמלונגען אָנגעקליבן קנאַפּע מיליאָן ווערטער פֿאַרבונדענע מיט צענדליקער פֿאַרשידענע פֿעלדער און קאָנטעקסטן: די וועלט פֿון די וויסנשאַפֿטן, די קונסטן, ספּאָרט (יאָ, די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע האָבן געהאַט די אייגענע ספּאָרטמאַנשאַפֿטן!), די קיך, נאַטור, ליבע און אַזוי ווײַטער. כאָטש אַ סך טויזנטער פֿון יענע ווערטער און אויסדרוקן האָבן טאַקע עקסיסטירט אין דער ליטעראַטור און אין די רייד פֿון געבוירענע ייִדיש־רעדערס, האָבן זיי בכלל נישט פֿיגורירט אין די פֿריִערדיקע ענגליש־ייִדישע ווערטערביכער, צוליב די פֿאַרשידענע באַגרענעצונגען פֿון יענע ווערק. דער סתּם פּלוני וואָס האָט זיך געוואָלט לערנען ייִדיש האָט פּשוט נישט געהאַט קיין צוטריט צו די ווערטער. אָט דאָס איז געווען די געניאַליטעט און לעצטגילטיקער אויפֿטו פֿון ד״ר שעכטערס לעבנסווערק — דאָס אַרײַנבלאָזן אַ נײַע נשמה אין די לאַנגאָניקע ווערטער און אויסדרוקן, אין אָט די לעקסישע אוצרות. ווער רעדט נאָך אַלע מאָדערנע נײַשאַפֿונגען וואָס האָבן דערמעגלעכט דאָס אַרײַנפֿירן ייִדיש־לשון אינעם 21סטן יאָרהונדערט אַרײַן ווי אַן אַקטיוו און לעבעדיק לשון.
דאָס „אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך“, וואָס האָט אָפּגעקאָסט מער ווי זעכצן לאַנגע יאָר מקיים צו זײַן און וועט אָט־אָט אַרײַן אין פֿערטן דרוק, פֿאַראייביקט די אַלע באַמיִונגען.
דעריבער מוטיק איך אונדז אַלעמען — צי מיר ווילן רעדן ייִדיש מיט אונדזערע גוטע־פֿרײַנד, מיט אונדזער מאַן אָדער ווײַב, מיט אונדזער קינד; צי מיר האָבן אַן אַקאַדעמישן צי פּראָפֿעסיאָנעלן אינטערעס צו דערגיין ווי מע זאָגט דאָס צי יענץ אויף ייִדיש; צי מיר באַטייליקן זיך אין אַ ייִדיש־קולטור־גרופּע וואָס שטרעבט צו האַלטן דאָס לשון בײַם לעבן; צי מיר האָבן אין האַרצן אַ טיפֿן נײַגער וועגן דעם לשון פֿון אונדזערע מיזרח־אייראָפּעיִשע אמהות און אָבֿות; אָדער צי מיר קוקן נאָסטאַלגיש צוריק צו די אַלטע גוטע ייִדיש־רעדנדיקע טעג און אונדזערע טאַטע־מאַמע צי באָבע־זיידע — לאָמיר ווײַטער אויסזוכן די ווערטער וואָס מיר קענען נישט. לאָמיר זיך אויסלערנען סײַ די אַלטע היימישע ווערטער סײַ די נײַערע, הײַנטצײַטיקע, און אם־ירצא־השם וועלן מיר אין 50 יאָר אַרום נאָך ווײַטער דאַרפֿן אַן אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך.
אַ שיינעם דאַנק אײַך.
גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.