עלי מילער האָט אָנגעהויבן שלעפּן זעלצער־וואַסער איבער ברוקלין מיט כּמעט 60 יאָר צוריק.
ער פֿלעגט ברענגען די 70־פֿונטיקע קאַסטנס קיין פּאַרק סלאָופּ ווען ס׳איז נאָך געווען אַן אָרעמע געגנט, בעת אַ תּקופֿה ווען צוזאַמענשטויסן צווישן ווײַסע און שוואַרצע יונגע לײַט זענען געווען אַ געוויינטלעכע זאַך. זײַן מאַרשרוט האָט אויך אַרײַנגענומען וויליאַמסבורג, וואָס איז דעמאָלט געווען אַ מקום־מיקלט פֿאַר אָרעמע קינסטלער וואָס האָבן נישט געקענט אויספֿירן צו וווינען אין מאַנהעטן.
הײַנט קאָסטן די בראַונסטאָון־הײַזער אין פּאַרק סלאָופּ מיליאָנען דאָלאַר און ווילאַמסבורג איז געוואָרן אַזוי טײַער אַז די אָרעמע קינסטלער האָבן פֿון דאָרט שוין אויך געדאַרפֿט אַוועק.
איצט האָט דער 84־יאָריקער מילער זיך פּענסיאָנירט. אָבער ווי עס גיט איבער אַ באַריכט לעצטנס אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, וויל מילער — דער עלטסטער זעלצערניק אין ברוקלין — פֿאַרזיכערן אַז די לאַנגיאָריקע טראַדיציע גייט אָן ווײַטער. האָט ער פֿאַרקויפֿט זײַן מאַרשרוט צו אַלעקס גאָמבערג, דער ייִנגסטער פֿון די זעלצערניקעס און דער גרינדער פֿון דער פֿירמע „ברוקלין סעלצער בויס‟.
מילערס קונים קענען אים שוין אַרום 30, 40 יאָר. „מיר האָבן זיך אַלע געעלטערט צוזאַמען,‟ האָט ער געזאָגט דעם Forward בעת אַן אינטערוויו אין 2010. „בײַ מיר זענען די קונים ווי משפּחה.‟
מילער פֿיגורירט אין אַ בוך וועגן דער געשיכטע פֿון דער זעלצער־וואַסער־אינדוסטריע, וואָס וועט אין גיכן פּובליקירט ווערן. אינעם בוך דערציילט דער מחבר, באַרי דזשאָסעף, ווי אַזוי ער האָט איין מאָל באַגלייט מילערן איבערן מאַרשרוט.
נאָך דעם ווי מילער האָט פֿאַרקויפֿט דאָס געשעפֿט צו גאָמבערג האָבן אַ סך פֿון מילערס לאַנגיאָריקע קונים אויפֿגעהערט באַשטעלן דעם זעלצערוואַסער. די סיבה איז נישט געווען צוליבן הויכן פּרײַז — $40 פֿאַר אַ קאַסטן פֿון 10 פֿלעשער, עטלעכע דאָלער מער ווי מילער האָט גערעכנט — אָבער ווײַל, ווי גאָמבערג זאָגט, „זיי האָבן עס בלויז געטאָן פֿאַר עליס וועגן‟.
כאָטש מילער האָט שוין מער נישט די כּוחות צו שלעפּן די שווערע קאַסטנס, איז ער פֿאַרבליבן אַ גרויסער ליבהאָבער פֿונעם געטראַנק. „ס׳איז נישטאָ קיין בעסערער מיטל צו דערקוויקן דעם דאָרשט ווי קאַלטער זעלצער־וואַסער,‟ האָט ער מיט אַ שמייכל געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.