אַ פֿײַערונג פֿון סאָוועטיש־ייִדישער שאַפֿערישקייט

Celebrating Soviet Yiddish Creativity


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 16, 2017, issue of July 28, 2017.

יעדעס יאָר מערקט דער „ייִדישער קולטור־קאָנגרעס‟ אָפּ דעם טראַגישן אומקום פֿון די ייִדישע שרײַבער און אַרטיסטן וואָס זענען אויסגעשאָכטן געוואָרן דורך סטאַלין ימח־שמו, ווי אויך יענע וואָס האָבן געליטן פֿון די לאַנגיאָריקע סאָוועטישע רעפּרעסיעס בכלל.

הײַיאָר וועט דער קאָנגרעס, בשותּפֿות מיטן ייִוואָ און דעם ייִדישן אַרבעטער־קאָמיטעט, ווײַזן דעם פֿילם, „חיים ביידער: פּאָעט, רעדאַקטאָר, עסיייִסט‟. אינעם פֿילם, פּראָדוצירט פֿונעם שרײַבער און געוועזענעם רעדאַקטאָר פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, באָריס סאַנדלער, אינטערוויויִרט סאַנדלער חיים ביידער — זײַן אַמאָליקן פֿרײַנד און בעל־יועץ. דערצו שילדערט דער פֿילם דאָס סאָוועטיש־ייִדישע לעבן צווישן די צוויי וועלט־מלחמות און די יאָרן פֿון דער „קאַלטער מלחמה‟.

דער פֿילם איז אויף ייִדיש מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך.

חיים ביידער, אַ ייִדישער פּאָעט, עסייען־שרײַבער און מחבר פֿון קינדערביכלעך, איז געבוירן געוואָרן אין 1929 אין קופּעל, אַ שטעטעלע אין וואָלין, הײַנט אוקראַיִנע, בײַ אַ משפּחה פֿון קירזשנער. אַחוץ זײַן טאַלאַנט ווי אַ שרײַבער איז ער אויך געווען אַ גרויסער מומחה פֿון דער סאָוועטיש־ייִדישער ליטעראַטור און דער מחבר פֿונעם „ביאָגראַפֿישן ווערטערבוך פֿון סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער‟.

ביידער האָט פּרטימדיק איבערגעגעבן, בכּתבֿ און בעל־פּה, די גאָלדענע תּקופֿה פֿון דער סאָוועטיש־ייִדישער ליטעראַטור, האָבנדיק מיטגעאַרבעט אָדער געקענט אַ סך פֿון די שרײַבער פֿון יענער תּקופֿה. דערצו האָט ער געהאָלפֿן אויסשולן דעם הײַנטיקן דור ייִדישע שרײַבער פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

אויף דער הזכּרה־אונטערנעמונג וועט דער ייִדישער זינגער חיים וואָלף אויפֿטרעטן מיט אַ קראַנץ לידער פֿון סאָוועטיש־ייִדישע פּאָעטן, באַגלייט פֿון סטיוו סטערנער בײַ דער פּיאַנע.

אַרײַנטריט איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל אָבער מע מוז רעזערווירן ערטער פֿון פֿריִער. קוועטשט דאָ צו רעזערווירן.