אַן אָנגעזעענער רבֿ אין רוסלאַנד האָט שאַרף קריטיקירט דעם פּסק פֿון אַ ריכטער אין דער שטאָט סאָשי, וואָס האָט געשטעלט אויף דער שוואַרצער רשימה און באַצייכנט פֿאַר „עקסטרעמיסטיש” אַ בוך געשריבן פֿון אַ רבֿ אינעם 19טן יאָרהונדערט.
הרבֿ ברוך גאָרין, אַן אַסיסטענט פֿונעם רוסישן הויפּט־רבֿ בערל לאַזאַר און אַ וויכטיקע פֿיגור אין דער רוסישער חב״ד־אַפֿיליִיִרטער „פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע ייִשובֿים”, האָט באַצייכנט דעם פּסק ווי „אַבסורדיש”.
דער ראָמאַן, „געצוווּנגענער שמד”, פֿונעם באַקאַנטן דײַטשן אָרטאָדאָקסישן רבֿ מאַרקוס לעמאַן, דערציילט וועגן אַ ייִד וואָס נעמט זיך אונטער צו בלײַבן אַ ייִד, נישט געקוקט אויפֿן דרוק פֿון אַנדערע אָנצונעמען דעם קריסטלעכן גלויבן. דער רוסישער יוסטיץ־מיניסטעריום האָט עס אַרײַנגעשטעלט אין דער פֿעדעראַלער רשימה פֿון עקסטרעמיסטישע מאַטעריאַלן.
גאָרין, אַליין אַ פֿאַרלעגער פֿון ביכער, האָט באַצייכנט דעם פּסק ווי „אַ חוזק פֿון גערעכטיקייט”, וואָס וואָלט גיכער געפּאַסט אינעם 19טן יאָרהונדערט איידער אינעם 21סטן. ער האָט אויך מרמז געווען אַז דאָס איז אַ טייל פֿון אַ יורידישער סטראַטעגיע צו באַגרענעצן די פֿאַרשפּרייטונג פֿונעם ייִדישן רעליגיעזן לעבן, דערקלערנדיק אַז ס׳איז ענלעך אויף דער טענדענץ בײַ דער ליטווינער רעגירונג צו „רעווידירן” די געשיכטע פֿונעם חורבן אין ליטע.
די דאָזיקע קריטיק איז די לעצטע און שאַרפֿסטע פֿון אַ ריי קאָמענטאַרן פֿון הרבֿ לאַזאַרס הויפּט־וואָרטזאָגער, וואָס שפּיגלען אָפּ אַ וואַקסנדיקע שפּאַנונג מיט די רוסישע אינסטאַנצן און יוסטיץ־סיסטעם. די „פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע ייִשובֿים” אַרבעט נאָענט מיטן קרעמל אויף פּראָיעקטן פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן רעליגיעזן לעבן אין רוסלאַנד, וואָס האָט זיך צעבליט אונטער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטינען. נישט איין מאָל האָט פּוטינס רעגירונג אויסגעטיילט גרונטאייגנס דער פֿעדעראַציע, וואָס אַ דאַנק דעם האָט מען שוין אויפֿגעבויט אַ סך שילן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.