אויפֿן 17טן וועלטקאָנגרעס פֿון ייִדישע שטודיעס, וואָס וועט פֿאָרקומען אין העברעיִשן אוניווערסיטעט, ירושלים, פֿונעם 6טן ביזן 10טן אויגוסט, וועט מען הײַיאָר דורכפֿירן אַ פּאַנעל, וווּ אַלע פֿיר רעדנערס וועלן אָפּהאַלטן זייערע רעפֿעראַטן אויף ייִדיש.
עס וועלן אויך פֿאָרקומען דרײַ אַנדערע סעסיעס אויף ייִדיש, צווישן די העברעיִש־ און ענגליש־שפּראַכיקע פּאַנעלן.
דער וועלטקאָנגרעס פֿון ייִדישע שטודיעס קומט פֿאָר יעדע פֿיר יאָר. די פֿריִערדיקע, אין 2013, האָט צוגעצויגן טויזנטער פּראָפֿעסאָרן, גראַדויִר־סטודענטן און סתּם צוהערער פֿון איבער 40 לענדער, וועלכע זענען געגאַנגען צו כּמעט 1,600 לעקציעס אויף פֿאַרשידענע טעמעס וואָס באַטרעפֿן דעם לימוד, ייִדישע שטודיעס.
דער ייִדיש־שפּראַכיקער פּאַנעל, Yiddish in a Changing Lingual and Cultural Space [ווי ייִדיש בײַט זיך אינעם שפּראַך־ און קולטור־תּחום], וועט פֿאָרקומען דינסטיק, 5:30־7:30 אין אָוונט. ד״ר דוד ראָסקעס וועט האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף דער טעמע, „די פּאָליפֿאָניע פֿון ׳פֿישקע דער קרומער׳‟; ד״ר רחמיאל פּעלץ וועט רעדן וועגן „בער באָראָכאָוו: דער בריק צווישן ייִדישער שפּראָכפֿאָרשונג און ציוניסטישער פּאָליטיק, 1907—1917‟; שׂרה־רחל שעכטער וועט רעדן וועגן „120 יאָר ׳פֿאָרווערטס׳ — פֿונעם קוקווינקל פֿונעם ערשטן אַמעריקאַנער געבוירענעם רעדאַקטאָר‟ און ד״ר איציק גאָטעסמאַן וועט האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דער טעמע, „ייִדישע פֿאָלקספּאָעזיע פֿונעם 19טן יאָרהונדערט וואָס לאַכט אָפּ פֿון מאָדערנקייט‟. גלי דרוקער בר־עם וועט פֿירן דעם פֿאָרזיץ.
דערצו וועלן בײַ אַנדערע סעסיעס פֿאָרקומען נאָך דרײַ סעסיעס אויף ייִדיש. ד״ר חנה טורניאַנסקי וועט רעדן וועגן די פּריוואַטע בריוו פֿון ייִדישע פֿרויען; ד״ר שמעון נויבערג וועט רעדן וועגן ביבליאָגראַפֿישע ענינים אין שײַכות מיט ייִדישער מעדיצין, און ד״ר אַסטריד שטאַרק־אַדלער וועט רעדן וועגן דעם ייִדישן בוך „סוד הנשמה‟, אַרויסגעגעבן אין באַזעל אין 1609.
אויף דער קאָנפֿערענץ וועלן אויך פֿאָרקומען אַ גרויסער ביכער־יריד און פֿאַרשידענע געזעלשאַפֿטלעכע און קולטורעלע אונטערנעמונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.