דער אייגנטימער פֿונעם אַמאָליקן האָטעל גראָסינגערס אין די קעטסקיל־בערג האָט בדעה ווידער צו עפֿענען זײַנע טירן ווי אַ האָטעל, קוראָרט און קאָנפֿערענץ־צענטער.
לויִ קאַפּעלי, אַ גרונט־סוחר אין וועסטשעסטער־קאַונטי, ניו־יאָרק, וועלכער האָט צוואַנציק יאָר לאַנג פֿאַרמאָגט דעם געוועזענעם וואַקאַציע־אָרט, זוכט מלוכה־פֿאָנדן אָפּצורייניקן דאָס אָרט ווי אַן ערשטער שריט ווידער צו עפֿענען דעם באַליבטן האָטעל, האָט די ניו־יאָרק טײַמס געמאָלדן מיטוואָך.
דער רעזאָרט, וואָס האָט אַ מאָל געדינט ווי אַ זומער־אָרט פֿאַר ייִדן פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק, האָט געשלאָסן זײַנע טירן אין 1986. גראָסינגערס איז דער האָטעל וואָס האָט אינספּירירט דעם פֿילם Dirty Dancing [אומלײַטיש טאַנצן] מיט דזשעניפֿער גריי און פּאַטריק סווייזי, וועגן אַ ייִדיש מיידל וואָס פֿאַרליבט זיך אין אַ נישט־ייִדישן אַרבעטער, בעת זי איז מיט איר משפּחה אויף וואַקאַציע אין אַ ייִדישן האָטעל.
קאַפּעלי האָט געבעטן בײַ דער שטאַט־רעגירונג אַז אַ טייל פֿונעם פֿאַרמעגן זאָל באַשטימט ווערן ווי אַ קאָנטאַמינירט אָרט. דאָס וואָלט דערמעגלעכט דעם פֿאַרמעגן צו באַקומען שטאַטפֿאָנדן צו פֿאַרבעסערן די ערד און גרונטוואַסער, האָט די „טײַמס‟ איבערגעגעבן.
קאַפּעליס אינטערעס אין ווידער עפֿענען דעם האָטעל איז צום טייל צוליב דער פּלאַנירטער עפֿענונג פֿונעם געוועזענעם קאָנקאָרד־קאַסינאָ, אַ קאָמפּלעקס וואָס קאָסט 750 מיליאָן דאָלאַר צו בויען. דער קאַסינאָ וועט געבויט ווערן אויפֿן אָרט פֿונעם אַמאָליקן קאָנקאָרד־האָטעל לעבן קיאַמישאַ־אָזערע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.