„ייִדיש־ניו־יאָרק”, אַ יערלעכער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק, שפּראַך און קולטור, וועט ווידער פֿאָרקומען צום 3טן מאָל אין מאַנהעטן. די אָרגאַניזיר־קאָמיטעט, וואָס באַשטייט פֿון אַ ריי באַרימטע קלעזמער־מוזיקער און כּלל־טוער, האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט די נעמען פֿון די זינגער, מוזיקער, אַקטיאָרן, אַקאַדעמיקער און לערער וואָס וועלן הײַיאָר אויפֿטרעטן אויפֿן פֿעסטיוואַל און פֿירן אָן מיט די קלאַסן און וואַרשטאַטן.
צווישן די וואָס וועלן לערנען סעמינאַרן אָדער אָנפֿירן מיט וואַרשטאַטן זענען די וועלט־באַרימטע עטנאָגראַפֿקע ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט; וואָס לערנט אויפֿן פֿעסטיוואַל צום ערשטן מאָל; די אַקטריסע דזשאָען באָרץ; די ייִדיש־לערערס קאָליע באָראָדולין, מרים אײַזיקס און דוד בראַון; די קלעזמער־פֿאָרשער זאבֿ פֿעלדמאַן און מאַרק סלאָבין; די זינגער שׂרה־מינע גאָרדאָן, שורה ליפּאָווסקי, סאַשע לוריא, עטל ריים, און דזשאַש וואַלעצקי; דער עטנאָמוזיקאָלאָג און פֿאָרווערטס־קאָלומניסט איציק גאָטעסמאַן; דער קאַריקאַטוריסט בען קאַטשאָר; די פּאָעטעסע אירענאַ קלעפּפֿיש; דער רבֿ מיט אַ ייִדישיסטישן יחוס אַבֿרהם מלאָטעק; דער צימבל־שפּילער פּיט רושעפֿסקי; די קלאַרנעט־שפּילער זיסל סלעפּאָוויטש און מײַקל ווינאָגראַד; די פֿידלערין דבֿורה שטראַוס און איר מאַן דער חזן דזשעף וואַרשעווער.
צווישן די וואַרשטאַטן און קלאַסן וואָס מע האָט שוין אַנאָנסירט זענען אַ סעריע רעפֿעראַטן פֿון ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט איבערן ייִדישן פֿאָלקלאָר; אַ פּאָעזיע־וואַרשטאַט אָנגעפֿירט פֿון אירענאַ קלעפּפֿיש; אַ רעפֿעראַט פֿונעם קאַריקאַטוריסט בען קאַטשאָר איבער דער געשיכטע פֿון מילכיקע רעסטאָראַנען אין ניו־יאָרק און זייער השפּעה אויף דער ייִדישער קולטור; און אַ סעריע רעפֿעראַטן פֿון דוד בראַון איבער דער געשיכטע פֿון ייִדיש.
„ייִדיש־ניו־יאָרק” הייבט זיך אָן שבת, דעם 23סטן דעצעמבער און גייט ביז דאָנערשטיק, דעם 28סטן דעצעמבער.
נאָך אינפֿאָרמאַציע: //www.yiddishnewyork.com
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.