עס פֿאַלט אויס 100 יאָר זינט דער פּטירה פֿון שלום־יעקבֿ אַבֿראַמאָוויטש ז׳׳ל, בעסער באַקאַנט אונטער זײַן פּסעוודאָנים „מענדעלע מכור־ספֿרים‟. כּדי אָפּצומערקן דעם יאָרצײַט פֿונעם „זיידע‟ פֿון דער מאָדערנער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור, אָרגאַניזירן אַקאַדעמיקער אַרום דער וועלט רעפֿעראַטן און קאָנפֿערענצן. דער ניו־יאָרקער „ייִוואָ‟ איז אויך ניט קיין אויסנאַם.
דאָנערשטיק, דעם 14טן סעפּטעמבער, וועט דער ליטעראַטור־פֿאָרשער ד׳׳ר דן מרון האַלטן אַ רעפֿעראַט בײַם „ייִוואָ‟ וועגן דער היסטאָרישער דערגרייכונג פֿון אַבראַמאָוויטשס ליטעראַרישע ווערק און דער השפּעה פֿון זײַן ליטעראַרישער ירושה אויף דער הײַנטיקער וועלט. דער נאָמען פֿונעם רעפֿעראַט, A Traveler Undisguised: “Mendele Moykher Sforim” as a Modern Jewish Intellectual (אַ ניט־פֿאַרשטעלטער וועגסמאַן: „מענדעלע מוכר־ספֿרים‟ ווי אַ מאָדערנער ייִדישער אינטעליגענט) רופֿט זיך אָפּ אויף מרונס באַרימט בוך A Traveler Disguised: The Rise of Modern Yiddish Fiction in the 19th Century (אַ פֿאַרשטעלטער נוסע: דער אויפֿקום פֿון דער מאָדערנער ייִדישער בעלעטריסטיק אינעם 19סטן יאָרהונדערט), אין וועלכן ער האָט געשילדערט די אוצרות פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור דורך די ווערק פֿון מענדעלע.
ווען דאָס בוך איז לכתּחילה אַרויסגעקומען אין די פֿריִערדיקע 1970ער יאָרן, האָבן ס׳רובֿ אַמעריקאַנער און ישׁראלדיקע קריטיקער פֿון מענדעלען דווקא ניט געהאַלטן. מע האָט געמיינט, אַז זײַנע ווערק זענען צו פֿאָלקסטימלעך און ניט גענוג סאָפֿיסטיצירט. מרונס פֿאָרשונגען האָבן געביטן די אַלגעמיינע מיינונג צו מענדעלע און צו דער ייִדישער ליטעראַטור בכלל. ס׳איז ניט איבערגעטריבן צו זאָגן, אַז מרונס בוך האָט ווידער אַרײַנגעשטעלט דעם ייִדישן קלאַסיקער אינעם פּאַנטעאָן פֿון וויכטיקע שרײַבער פֿון דער וועלט־ליטעראַטור.
די פּראָגראַם וועט זיך אָנהייבן 7 אַ זיידער אין אָוונט. בילעטן קאָסטן $10 דאָלאַר.
נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://yivo.org/A-Traveler-Undisguised.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.