אין אַמעריקע איז דאָ אַ פּאָפּולערע טעלעוויזיע־פּראָגראַם Chopped (געהאַקט), אין וועלכער פֿיר קאָכערס קאָנקורירן צווישן זיך צו זען, ווער קען צום בעסטנס קאָכן אין אַ קורצער צײַט מיט 3־5 באַשטימטע אינגרעדיענטן.
דער „אַרבעטער־רינג‟ אין קליוולאַנד־הײַטס, אָהײַאָ האָט דערפֿון געמאַכט אַ ווערטערשפּיל פֿאַר זייער אייגענעם נוסח פֿון דער פּראָגראַם: Chopped! Liver.
אין „געהאַקטע לעבער‟, וואָס זיי האָבן אַליין פּראָדוצירט און פֿילמירט אויף אַ פּראָפֿעסיאָנעלן ניוואָ, קאָנקורירן די אָרטיקע קאָכערס לאָרי כּהן־סײַמאָן און מאַט גרעמינגער קעגן דעם באַרימטן קאָכער און רעסטאָראַן־אימפּרעסאַריאָ דאָוגלאַס כּ״ץ. ווי שופֿטים אויף צו באַשליסן ווער ס׳האָט געקאָכט דעם בעסטן געהאַקטן־לעבער, האָבן כּהן־סײַמאָן און גרעמינגער אויסגעקליבן מאַרק יפֿה, אַ באַקאַנטער קאָמיקער וואָס האָט געאַרבעט ווי אַ שרײַבער פֿאַרן סיטקאָם „סײַנפֿעלד‟, און די מחברטע לאָיִס באַראָן, וואָס שרײַבט אָפֿט וועגן ייִדישע מאכלים.
אַחוץ דעם וואָס די פּראָדוצירער האָבן געוואָלט שאַפֿן אַ פֿאַרווײַלערישע פּראָגראַם, האָבן זיי געוואָלט באַטאָנען די וויכטיקייט פֿון געהעריק אויסנוצן אַלע טיילן פֿון חיות בײַם קאָכן. געהאַקטער לעבער מאַכט מען דאָך פֿון אַ טייל פֿונעם הינדל, וואָס מע עסט געוויינטלעך ניט. אין דער פּראָגראַם פֿאַרבינדן זיי אַזאַ צוגאַנג צום קאָכן מיט דער פּראָבלעם פֿון מענטשן וואָס האָבן ניט גענוג וואָס צו עסן. די טעמע איז ספּעציעל וויכטיק דעם קליוולינדער „אַרבעטער־רינג‟, ווײַל זי פֿירט אַליין אָן מיט אַ גאָרקיך וואָס טיילט אויס עסן צו מער ווי 50,000 מענטשן אַ יאָר.
כּדי צו דערוויסן זיך מער וועגן די פּראָיעקטן פֿונעם קליוולינדער „אַרבעטער־רינג‟ באַזוכט: //workmenscircle.org/index.html.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.