פּראָגראַם לזכר געלע שווייד פֿישמאַן אין בראָנקס

Program in Memory of Gella Schweid Fishman in the Bronx


פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published September 06, 2017, issue of August 25, 2017.

די ייִדיש־לערערקע, אַרכיוויסטקע און כּלל־טוערין געלע שווייד־פֿישמאַן ז׳׳ל, צוזאַמען מיט איר מאַן שיקל פֿישמאַן ז׳׳ל, זענען במשך פֿון צענדליקער יאָר געווען אַקטיווע מיטגלידער פֿונעם שלום־עליכם־קולטור־צענטער אין בראָנקס.

כּדי צו באַערן איר אָנדענק וועט דער שלום־עליכם־צענטער זונטיק, דעם 10טן סעפּטעמבער, דורכפֿירן אַ פּראָגראַם פֿון צוויי רעדעס, וואָס וואָלטן געווען געלען נאָענט צום האַרצן. די ערשטע, פֿון ד׳׳ר דניאל סויער (פֿאָרדעם־אוניווערסיטעט), וועט באַהאַנדלען די טעמע „ייִדיש אין אַמאָליקן ניו־יאָרק; דאָס אַמאָליקע ניו־יאָרק אין ייִדיש‟. אין דער רעדע וועט ד׳׳ר סויער באַשרײַבן די השפּעה פֿון דער ניו־יאָרקער סבֿיבֿה און דײַטש און ענגליש אויף דער ניו־יאָרקער ייִדיש און די השפּעה פֿון ייִדיש אויף דעם ענגליש וואָס מע רעדט אין ניו־יאָרק. די צווייטע רעדנערין מאַרטאַ טאָלפּין, איז געלעס אַ געוועזענע תּלמידה אין די ייִדיש־וועלטלעכע שולן, וועמענס עלטערן האָבן געדינט אויף דער פֿאַרוואַלטונג פֿון דער פֿאָלקס־שול נומער 21, וואָס דינט הײַנט ווי דער לאָקאַל פֿונעם שלום־עליכם־קולטור־צענטער.

אַחוץ די רעפֿעראַטן גופֿא וועט מען זינגען בציבור. דוד בראַון וועט דינען ווי דער פֿאָרזיצער פֿון דער פּראָגראַם.

די פּראָגראַם הייבט זיך אָן 1:30 נאָכמיטאָג. דער אײַנטריט איז בחינם.

נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://www.facebook.com/events/459896104396192/.