אַז מע דערמאָנט הײַנט ייִדיש־קלאַסן, גייט די רייד וועגן דעם הײַנטיקן מיזרח־ייִדיש, דאָס הייסט, די שפּראַך פֿון מיזרח־ און צענטראַל־אייראָפּע, וואָס עס רעדן הײַנט מענטשן איבער דער גאָרער וועלט. עס וועלן זיך אָבער באַלד אָנהייבן קלאַסן בײַם ”ייִוואָ“ פֿון אַן אַנדער מין ייִדיש, וואָס מע הערט הײַנט ניט ווי אַ גערעדטע שפּראַך און וואָס עס פֿאָרשן בלויז געציילטע ספּעציאַליסטן: אַלט־ייִדיש.
היסטאָריש גערעדט, איז די אַזוי־גערופֿענע ”אַלט־ייִדיש“, וואָס מע האָט גערעדט אין מערבֿ־, צענטראַל־ און דרום־אייראָפּע (ווענעציע, למשל), געווען די הויפּט־דיאַלעקט וואָס שייך דער געשריבענער ליטעראַטור במשך פֿון 400 יאָר. אַפֿילו אין די 1700ער און צום טייל אין די פֿריִיקע 1800ער, ווען אַ סך מער ייִדן האָבן גערעדט מיזרח־ייִדיש ווי מערבֿ־ייִדיש, איז דער ליטעראַרישער פֿאָרעם פֿון דער שפּראַך אין פּוילן, ליטע און רוסלאַנד געווען מער־ווייניקער די זעלביקע, ווי דאָס מערבֿ־ייִדיש וואָס מע האָט גערעדט אין דײַטשלאַנד מיט צוויי הונדערט יאָר פֿריִער.
צווישן דער גרויסער צאָל ליטעראַרישע ווערק וואָס זענען אונדז פֿאַרבליבן אויף אַלט־ייִדיש געפֿינט מען דאָס באַרימטע בבֿא־בוך פֿון אליהו בחור (געשריבן לעבן ווענעציע, 1507), דאָס שמואל־בוך (15טער יאָרהונדערט אין דײַטשלאַנד, מחבר אומבאַקאַנט) און די זכרונות פֿון גליקל האַמעלן (געשריבן אין 1691־1719 אין האַמבורג און מעץ, פֿראַנקרײַך).
אינעם קלאַס בײַם ”ייִוואָ“, געלערנט פֿון לייזער בורקאָ, וועט מען לערנען ווי אַזוי צו לייענען דעם אַלטן ייִדיש אין עטלעכע שריפֿטן (רש׳׳י, ווײַבערטײַטש און אַזוי ווײַטער) דורכן לייענען די עפּישע פּאָעמע ”יוסף הצדיק“ פֿון 1382 (מחבר אומבאַקאַנט, געפֿונען געוואָרן אין דער קאַיִרער גניזה). די סטודענטן וועלן זיך באַנוצן מיט דזשעראָלד פֿרייקס לערנבוך ”וועגווײַזער צום אַלטן ליטעראַרישן ייִדיש“, וואָס איז אין יוני אַרויסגעגעבן געוואָרן דורכן פֿאַרלאַג בײַם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט.
דער קלאַס וועט זיך טרעפֿן יעדן דינסטיק, פֿונעם 3טן אָקטאָבער ביזן 19טן דעצעמבער, פֿון זעקס ביז אַכט אַזייגער אין אָוונט.
נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט:
https://www.yivo.org/Introduction-to-Old-Yiddish
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.