װילנע איז הײַנט געוואָרן ממש אַן אָנדענק־סימבאָל פֿונעם אַמאָליקן מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום.
מען מאָלט זי אױס װי אַ שטאָט, װוּ עס האָבן האַרמאָניש צוזאַמענגעלעבט װעלטלעכע און פֿרומע, אָרעמע און פֿאַרמעגלעכע, יונגע און אַלטע. קײן סך אַסימילאַציע איז דעמאָלט אין װילנע ניט געװען, פּשוט װײַל עס איז ניט געװען מיט װעמען זיך צו אַסימילירן. יעדע נאַציאָנאַלע עדה, ייִדן, פּאָליאַקן, ליטװינער, װײַסרוסן, דײַטשן, רוסן האָט זיך געהלאַטן בײַ די אײגענע. אַזאַ מין בילד זעט מען בפֿירוש ניט נאָר אין די ייִדישע שילדערונגען פֿון אַמאָליקער װילנע, נאָר אױך אין די מעמואַרן פֿונעם פּױלישן דיכטער טשעסלאַװ מילאָש. ער דערצײלט, אַז ער האָט זיך דערװוּסט װעגן דער רײַכער ייִדישער קולטור פֿון זײַן הײמשטאָט װילנע ערשט בײַם עמיגרירן נאָך דער מלחמה.
הײַנט אָבער איז די ייִדישע װילנע געװאָרן אַ קולטורעל–היסטאָרישער קאָמפּאַקטער סימבאָל פֿאַר רימען און באַװײנען די אומגעקומענע ייִדישע װעלט פֿון מיזרח־אײראָפּע. צו דעם דאָזיקן אָנדענק־שטראָם פּאַסט אױך דאָס דײַטשישע זאַמלבוך „װילנע װילנאַ װילנאָ װילניוס: אַ ייִדישע טאָפּאָגראַפֿיע צװישן מיטאָס און מאָדערנקײט‟ — אַ זאַמלונג רעפֿעראַטן פֿון אַן אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ אין פּאָטסדאַם אין 2013.
דאָס קעפּל פֿונעם בוך איז אַ ביסל פֿאַרפֿירעריש און שפּיגלט ניט אָפּ דעם אינהאַלט. חוץ אַ פּאָר קאַפּיטלען, גײט עס אײגנטלעך ניט װעגן דער טאָפּאָגראַפֿיע פֿון דער שטאָט, און מען גיט זיך ניט אָפּ מיט אַנאַליזירן דעם מיטאָס פֿון װילנע. למשל, דער רעפֿעראַט פֿונעם ליטװישן היסטאָריקער שאַרונאַס ליִעקיס װעגן דער ייִדישער אױטאָנאָמיע אין דער ליטװישער רעפּובליק צװישן די בײדע װעלט־מלחמות איז טאַקע אינטערעסאַנט, אָבער די טעמע האָט ניט קײן שײַכות צו װילנע, װאָרן װילנע האָט דעמאָלט געהערט צו פּױלן און ניט צו דער ליטװישער מלוכה. דאָס אַרײַנשליסן דעם דאָזיקן ענין אין אַ בוך װעגן װילנע שפּיגלט אָפּ אַ געװיסע נטיה אין דער ליטווישער נאַציאָנאַלער היסטאָרישער פּאָליטיק צו באַטראַכטן װילנע װי אַן אומאָפּטײלבאַרן טײל פֿון דער ליטװישער געשיכטע, אַפֿילו אין די תּקופֿות װען װילנע האָט כּמעט ניט געהאַט קײן ליטװישע באַפֿעלקערונג. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז אינעם זאַמלבוך ניטאָ קײן רעפֿעראַט װעגן די באַציִונגען צװישן ייִדן און פּױלן.
װען עס קומט צו װילנע, חזרט מען אָפֿט איבער אַ פּאָר גוט באַקאַנטע פֿאַקטן און סענטימענטאַלע סטערעאָטיפּן װעגן דעם „ירושלים ד’ליטא‟, הגם עס זײַנען אַװדאי דאָ פּאָזיטיװע אױסנאַמען. דאָס זאַמלבוך באַהאַנדלט עטלעכע אינטערעסאַנטע און װיכטיקע טעמעס, װאָס װערן זעלטן באַרירט אין אַלגעמײנע איבערזיכטן פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער װילנע.
זײער זאַכלעך איז דאָס אַרטיקל פֿונעם דײַטשישן היסטאָריקער קריסטאָף דיקמאַן װעגן דער פֿאַרניכטונג פֿון װילנער געטאָ אין 1943. ער נעמט אין באַטראַכט װיכטיקע דאָקומענטאַלע מקורים פֿונעם דײַטשישן צד, װאָס לאָזן פֿאַרשטײן די מאָטיװירונג פֿון דער נאַציסטישער פֿירערשאַפֿט אין דורכפֿירן די ליקװידאַציע פֿון די ליטװישע געטאָס. דאָס איז געװען אַ װילד געמיש פֿון אַנטיסעמיטישער פּאַראַנאָיאַ מיט דער פּראַקטישער הילפֿלאָזיקײט צו האַלטן דאָס גאַנצע געביט אונטערן דײַטשישן מיליטערישן קאָנטראָל. אַפֿילו װען די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון די געטאָס איז שױן געװען שטאַרק פֿאַרקלענערט, האָבן די נאַציסטן נאָך אַלץ געגלױבט אין דער ייִדישער מאַכט און האָבן געהאַלטן ייִדן פֿאַר אַ געפֿערלעכן שׂונא. זײ האָבן שטאַרק מורא געהאַט פֿאַר די ייִדישע פּאַרטיזאַנער, כאָטש זײער צאָל איז געװען אַ קנאַפּע.
אױך אינטערעסאַנט איז דער פֿאַרגלײַך צװישן די אימאַזשן פֿון װילנע אין דער פּראָזע פֿון אַבֿרהם קאַרפּינאָװיטש און חײם גראַדע, באַשריבן אינעם אַרטיקל פֿון דער שװײצער ליטעראַטור–פֿאָרשערין סאַנדראַ שטודער. זי דערװײַזט, אַז בײדע מחברים האָבן געשעפּט זײערע אימאַזשן פֿון אַמאָליקער װילנע פֿון זײערע יוגנטלעכע זכרונות, אָבער פֿון צװײ גאָר פֿאַרשידענע קוקװינקעלן. בעת גראַדעס װילנע איז באַװױנט דורך טראַדיציאָנעלע פֿרומע ייִדן, האָט קאַרפּינאָװיטש פֿאַרפֿיקסירט נײַע דינאַמישע פֿאָרמען פֿונעם מאָדערנעם ייִדישן לעבן, בתוכם די קרימינעלע אונטערװעלט. גענומען אין אײנעם, שאַפֿן די דאָזיקע שילדערונגען אַ קאָמפּלעקס בילד מיט עטלעכע דימענסיעס. מען קען ניט זאָגן אַז אײן קוקװינקל איז דער „עכטער‟ אָדער „װיכטיקער‟ װײַל בײדע זײַנען גלײַך באַרעכטיקט װען מען װיל פֿאַרשטײן די היסטאָרישע רעאַליטעט.
לויט דער הײַנטיקער מאָדע וואָס שייך דעם אָנדענק פֿון פֿאַרשידענע מינים און טיפּן, דערשײַנען אַלץ נײַע פֿאָרשערישע און פּאָפּולערע פּובליקאַציעס װעגן אַמאָליקע מיזרח־אײראָפּעיִשע ייִדישע שטעט און שטעטלעך. ניט זעלטן באַנוצט מען זיך דערבײַ מיט קלישעען און סטערעאָטיפּן, כּדי צו דערגרײכן געװיסע פּאָליטישע און אידעאָלאָגישע צװעקן. די דאָזיקע צװעקן זײַנען פֿאַרשײדן בײַ דײַטשן, ליטװינער, פּאָליאַקן, רוסן, אוקראַיִנער, ישׂראלים, אַמעריקאַנער. יעדער צד װיל האָבן אַן אײגענע װילנע, װאַרשע, לעמבערג, אָדעס וכדומה. מען קאָן בלױז האָפֿן אַז פֿון „לא לשמה‟ װעט אַרױסקומען „לשמה‟, אַז עס װעט זיך בהדרגה אױספֿורעמען אַ פֿילזײַטיק און פֿילפֿאַרביק בילד פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.