לעצטנס האָט אַ נײַער דאָקומענטאַר־פֿילם איבערן מיסטיערעזן לעבן פֿונעם רעזשיסאָר פֿון „דער דיבוק‟ (1937) געוווּנען אַ ספּעציעלע פּרעמיע בײַם „ווענעציער פֿילם־פֿעסטיוואַל‟ פֿאַר דאָקומענטאַר־פֿילמען וועגן דער געשיכטע פֿון קינאָ.
דער פֿילם, „דער פּרינץ און דער דיבוק‟, שילדערט דאָס אויסטערלישע לעבן פֿונעם רעזשיסאָר מיקאַיִל וואַשינסקי, וואָס האָט די איטאַליענישע פֿילם־שטערן איבערגעצײַגט, אַז ער איז באמת אַ פּוילישער פּרינץ. קיין פּרינץ איז וואַשינסקי אָבער ניט געווען, נאָר אַן אוקראַיִנישער ייִד מיטן נאָמען משה וואַקס, וואָס האָט זיך געשמדט.
וואַשינסקי איז הײַנט צום בעסטן באַקאַנט דעם ייִדישן עולם ווי דער רעזשיסאָר פֿונעם פֿילם „דער דיבוק‟ אָבער די ברייטערע קינאָ־וועלט געדענקט אים ווי אַן אָנפֿירנדיקער רעזשיסאָר און פֿילם־פּראָדוצירער, וואָס האָט געאַרבעט מיט אַזעלכע אינטערנאַציאָנאַלע שטערן ווי אָרסאָן וועלס און סאָפֿיאַ לאַורען. ווי מע קען זען אינעם „טריילער‟ פֿונעם פֿילם, גלייבן אַ ריי איטאַליענישע פֿילם־שטערן ביזן הײַנטיקן טאָג, אַז וואַשינסקי איז באמת געווען אַ פּוילישער איידמלאַן. אין אַמעריקע און שפּאַניע האָט ער אַמאָל זיך באַנוצט מיט אַנדערע נעמען און דערציילט פֿאַרשידענע אויסגעטראַכטע מעשׂיות וועגן זײַן יוגנט.
אינעם פֿילם פּרובירן די רעזשיסאָרן עלוויראַ ניעוויעראַ און פּיאָטר ראָסאָווסקי צו פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס דער אַמאָליקער ייִד משה וואַקס האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַרן „פּרינץ‟ מיקאַיִל וואַשינסקי. ווי אַ טייל פֿון זייער פֿילמירטער אויספֿאָרשונג רעדן זיי מיט מענטשן וואָס האָבן אים געקענט, קוקן זיי אַרכיוואַלע פֿילמען פֿונעם רעזשיסאָר און קוקן דורך זײַנע פּריוואַטע בריוו און אַרכיוון. ווי מע קען זען אינעם „טריילער‟ לייענט מען פֿאָר אַ טייל פֿון אַ ליבעס־בריוו, וואָס ער האָט עמעצן געשריבן אויף ייִדיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.