צװישן די נאַציאָנאַלע מלוכות, װאָס זײַנען אַנטשטאַנען אין אײראָפּע נאָכן פֿונאַנדערפֿאַל פֿון די עסטרײַך–אונגאַרישע און רוסישע אימפּעריעס, איז טשעכאָסלאָװאַקײַ געװען אַ יוצא־דופֿן.
ביז 1938 איז דאָס געװען די אײנציקע רעפּובליק, װאָס האָט אָנערקענט די רעכט פֿון נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן, ייִדן בתוכם. דער גוטער שם פֿון דער טשעכאָסלאָװאַקישער דעמאָקראַטיע איז גאַנץ באַרעכטיקט, אָבער דאָס מײנט ניט, אַז אַלץ איז געגאַנגען גלאַטיק אין דער מינאָריטעט־פּאָליטיק.
געװײנטלעך װען מען רעדט װעגן ייִדן אין טשעכאָסלאָװאַקײַ צװישן די װעלט־מלחמות, האָט מען אין זינען די טשעכישע לענדער בעמען און מערן, און דער עיקר ־ די הױפּטשטאָט, פּראָג. די פּראָגער ציוניסטן, צװישן זײ ־ אַזעלכע באַקאַנטע פֿיגורן װי דער שרײַבער מאַקס בראָד ־ האָבן טאַקע יאָ געהאַט אַ היפּשע השפּעה אױפֿן אױספֿורעמען די נאַציאָנאַלע פּאָליטיק אין טשעכאָסלאָװאַקײַ. דװקא זײ האָבן אײַנגערעדט די רעגירונג, מען זאָל רעכענען ייִדן פֿאַר אַ באַזונדערער נאַציאָנאַליטעט.
אָבער להיפּוך צו אַלע אַנדערע נאַציאָנאַליטעטן, האָבן ייִדן ניט געהאַט קײן אײגענע שפּראַך. אין די טשעכישע לענדער האָבן זײ גערעדט טשעכיש און דײַטשיש, אָבער ניט טשעכישע און ניט דײַטשישע נאַציאָנאַליסטן האָבן ניט געהאַלטן ייִדן פֿאַר אײגענע. פּאָליטיש האָט עס זיך געלױנט צו באַהאַנדלען ייִדן פֿאַר אַן אײגענער נאַציאָנאַליטעט, װײַל זײ זײַנען געװען געטרײַ דער טשעכאָסלאָװאַקישער מדינה.
אָבער די מערהייט פֿון טשעכאָסלאָװאַקישע ייִדן האָבן געלעבט ניט אין די טשעכישע לענדער, נאָר אין סלאָװאַקיע. דאָ איז דער פּאָליטישער מצבֿ געװען אַנדערש. די פּראָבלעמען פֿון ייִדן אין סלאָװאַקיע װערן אַנאַליזירט אין דער נײַער פֿאָרשונג פֿון רבֿקה קלײן–פּײשאָװאַ, “אױסמאַרקירן ייִדישע געטרײַשאַפֿטן אין סלאָװאַקיע צװישן די װעלט–מלחמות”. אין דער האַבסבורגער תּקופֿה האָט סלאָװאַקיע געהערט צו דעם אונגאַרישן מלכות, װאָס איז געװען װײַט ניט אַזױ ליבעראַל װי דער עסטרײַכישער טײל פֿון דער אימפּעריע, בפֿרט װאָס שייך נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן. אין אונגאַרן האָבן זיך ייִדן געהאַלטן פֿאַר געטרײַע מאַדיאַרן און געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אין דער עקאָנאָמיק און קולטור פֿונעם גרױסן אונגאַרישן קעניגרײַך, װאָס האָט דעמאָלט אַרײַנגענומען, חוץ אונגאַרן גופֿא, אױך אַזעלכע לענדער װי סלאָװאַקיע, קראָאַטיע, װױװאָדינאַ און טראַנסילװאַניע.
אין סלאָװאַקיע האָט די אָרטיקע פּױערישע באַפֿעלקערונג באַטראַכט ייִדן װי אַגענטן פֿון דער אונגאַרישער קאָלאָניזאַציע, װאָס האָט דערשטיקט די סלאָװאַקישע שפּראַך און קולטור. די שׂינאה צו אונגאַרן איז געװען גאַנץ שטאַרק, און דאָס האָט אױך באַטראָפֿן ייִדן. גלײַך נאָך דער דערקלערונג פֿון דער אומאָפּהענגיקײט פֿון טשעכאָסלאָװאַקײַ אין נאָװעמבער 1918 האָט מען גענומען ראַבעװען ייִדישע קראָמען און געשעפֿטן איבער גאַנץ סלאָװאַקיע.
ייִדן אין סלאָװאַקיע זײַנען געװען מער קאָנסערװאַטיװ אײדער אין טשעכיע. לרובֿ האָבן זײ גערעדט אונגאַריש: אין די מיזרחדיקע טײלן האָבן זײ אױך גערעדט ייִדיש, און די סלאָװאַקישע שפּראַך איז זײ געװען פֿרעמד. זײער פּאָליטישער מצבֿ אין סלאָװאַקיע איז געװען גאַנץ װאַקלדיק. פֿון אײן זײַט זײַנען ייִדן געװען בירגער פֿון דער דעמאָקראַטישער טשעכאָסלאָװאַקישער רעפּובליק, װאָס איז געװען סײַ פּאָליטיש סײַ עקאָנאָמיש אין אַ בעסערן צושטאַנד אײדער די שכנישע לענדער. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט די סלאָװאַקישע באַפֿעלקערונג און די אָרטיקע מאַכט געהאַלטן ייִדן פֿאַר פֿרעמדע, בפֿרט אַז אונגאַרן האָט געחלומט װעגן אומקערן סלאָװאַקיע צו זיך.
אַזױ האָט זיך באַקומען אַ פּאַראַדאָקס. כּל־זמן אונגאַרן איז געװען אַ טײל פֿון דער האַבסבורגער מלוכה, זײַנען אונגאַרישע ייִדן געװען פֿולבאַרעכטיקטע בירגער פֿון אונגאַרן. אָבער װען אונגאַרן איז געװאָרן אומאָפּהענגיק און האָט פֿאַרלױרן אַ היפּשן טײל פֿון זײַנע מאַיונטקעס, האָבן אונגאַרישע ייִדן פֿאַרלױרן װיכטיקע בירגעלרלעכע רעכט. אַפֿילו געמשדטע ייִן האָבן געליטן פֿון דער געזעצלעכער דיסקרימינאַציע. אָבער װען אונגאַרישע נאַציאָנאַליסטן האָבן זיך דערמאָנט אָן ייִדן אין סלאָװאַקיע,, האָבן זײ אױסגעמאָלט ייִדן װי עכטע פּאַטריאָטן פֿון אונגערן! די אונגאַרישע פּראָפּאַגאַנדע האָט אַװדאי ניט געהאָלפֿן ייִדן אין סלאָװאַקיע. זײ זײַנען געװען גוט געװױר, אַז פּאָליטיש און עקאָנאָמיש איז זײ אַ סך בעסער דאָ אין טשעכאָסלאָװאַקײַ אײדער אין אונגערן. זײ האָבן בשום־אופֿן ניט געװאָלט, מען זאָל זײ רעכענען פֿאַר מאַדיאַרן אין סלאָװאַקיע.
אָבער סלאָװאַקישע ייִדן האָבן אױך ניט געהאַט קײן חשק צו רעכענען זיך פֿאַר דער ייִדישער נאַציאָנאַליטעט, להיפּוך צו ייִדן אין טשעכיע. פֿאַר די גאָר פֿרומע האָט דאָס געשמעקט מיט ציוניזם און אַפּיקורסות. די רעפֿאָרמיסטן אין סלאָװאַקיע האָבן זיך געהאַלטן בײַם אונגערישן נוסח פֿון “נעאָלאָג”, און דער באַגריף פֿון ייִדן װי אַ נאַציע איז זײ געװען פֿרעמד. דערפֿאַר האָבן דאָס רובֿ ייִדן אױסגעקליבן אַ “פּאַרעװע” אידענטיטעט און זיך דערקלערט פֿאַר דער נײַער “טשעכאָסלאָװאַקישער” נאַציאָנאַליטעט.
די 1920ער יאָרן זײַנען געװען די גאָלדענע תּקופֿה פֿאַר ייִדן אין סלאָװאַקיע. זײער צאָל איז געװאַקסן צוליב פּליטים פֿון אונגאַרן און אַנדערע לענדער, און זײערע געשעפֿטן זײַנען געגאַנגען גוט. װעגן דעם זאָגן עדות די גרױסאַרטיקע שילן און טעמפּלען, װאָס מען האָט אױפֿגעבױט אין סלאָװאַקישע שטעט, װי למשל אין פּרעשבאָרג (בראַטיסלאַװע) און קאַשױ (קאָשיצע). די אַרכיטעקטור פֿון די נײַע געבײַדעס טראָגט געװיסע אונגאַרישע שטריכן, אָבער די ייִדישע דרשנים האָבן באַטאָנט זײער געטרײַשאַפֿט צו דער טשעכאָסלאָװאַקישער רעפּובליק. קלײן־פּײשאָװאַ קומט צו אַן אױספֿיר, אַז אין אַזאַ לאַגע, אונטערן דרוק פֿון דער אַגרעסיװער דײַטשישער און אונגאַרישער פּאָליטיק און דעם צוּװוּקס פֿונעם סלאָװאַקישן נאַציאָנאַליזם, “האָבן ייִדן אין טשעכאָסלאָװאַקײַ געהאַלטן, אַז זײער גורל איז פֿאַרקניפּט מיט דער זיכערקײט פֿון די מלוכישע גרענעצן. און זײ זײַנען געװען גערעכט. זײ זײַנען געװאָרן צונױפֿגעפֿלאָכטן מיט דער טשעכאָסלאָװאַקישער מלוכה, מיט אירע דערפֿאָלגן און מפּלות”.
אָבער צום סוף 1930ער יאָרן האָט די דאָזיקע געטרײַשאַפֿט מער ניט געהאַט קײן חשיבֿות אין סלאָװאַקיע. די סלאָװאַקישע נאַציאָנאַליסטן, װאָס האָבן באַקומען שטיצע פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד, האָבן דערקלערט ייִדן פֿאַר זײערע שׂונאים. נאָכן מינכענער אָפּמאַך אין 1938, װאָס האָט אָפּגעגעבן טשעכאָסלאָװאַקײַ אין היטלערס הענט, האָט אונגאַרן אַנעקסירט אַ מיזרחדיקן טײל פֿון דער סלאָװאַקישער טעריטאָריע. די נײַע סלאָװאַקישע נאַציאָנאַליסטישע רעגירונג האָט באַשולדיקט ייִדן אין מיטהעלפֿן אונגאַנן און געהײסן זײ אַרױסטרײַבן פֿון שכנישע געגנטן. אָבער די אונגאַרישע פֿאַשיסטן האָבן זײ ניט אַרײַנגעלאָזט. אַזױ אַרום זײַנען סלאָװאַקישע ייִדן געװאָרן דער ערשטער קרבן פֿון דער מינכענער פּשרה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.