צום ערשטן מאָל וועט פֿאָרקומען אַן אינטערנאַציאָנאַלע אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור אין דער עסטרײַכישער הויפּטשטאָט.
די „ווינער ייִדיש־שפּראַך־קאָנפֿערענץ‟, וואָס וועט דורכגעפֿירט ווערן פֿונעם 22סטן ביזן 23סטן יאַנואַר, ווערט אײַנגעאָרדנט דורכן „ייִדישן אינסטיטוט פֿאַר דער דערציִונג פֿון דערוואַקסענע‟ און די אָפּטיילונגען פֿון ייִדישע שטודיעס און לינגוויסטיק בײַם ווינער אוניווערסיטעט.
די אָרגאַניזירער האָבן פֿאַרבעטן דרײַ אָרטיקע פּראָפֿעסאָרן צו רעדן אויף דער קאָנפֿערענץ: ד׳׳ר גערהאַרד לאַנגער, אַן עקספּערט פֿון דער אַנטוויקלונג פֿון דער רבנישער טראַדיציע; ד׳׳ר טירצאַ לעמבערגער, אַ לעקטאָרין פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור וואָס פֿאָרשט אויס די השׂכּלה, און ד׳׳ר אָלאַף טערפּיץ, וואָס פֿאָרשט אויס די ייִדישע ליטעראַטור אויף רוסיש ווי אויך די עקספּעדיציע פֿון ש. אַנ־סקי.
אַחוץ זיי האָפֿן די אָרגאַניזירער צוצוציִען רעפֿערענטן פֿון איבער דער וועלט, וואָס זאָלן רעדן וועגן „אַלע אַספּעקטן פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג, אַרײַנגערעכנט דער ייִדישער לינגוויסטיק, ייִדישער ליטעראַטור און ייִדישער פֿילאָלאָגיע.‟ מע בעט אַז די, וואָס ווילן אָנטיילנעמען אין דער קאָנפֿערענץ, זאָלן אַרײַנשיקן אַ קיצור וועגן דעם צוואָנציק־מינוטיקן רעפֿעראַט, וואָס זיי ווילן האַלטן. אַחוץ די רעדעס גופֿא וועט מען שפּעטער בעטן אַ פֿולן אַרטיקל, וואָס מע וועט פֿאַרעפֿנטלעכן אין אַ באַנד מיט פֿאָרשאַרבעטן פֿון אַלע רעפֿערענטן.
מע קען אַרײַנשיקן דעם קיצור ביז מיטוואָך, דעם 15טן נאָוועמבער אויף //www.jife.at/vylc2018.html.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.