בײַם ”שלום־עליכם־צענטער“ אין בראָנקס וועט מען הערן אַ רעפֿעראַט וועגן דעם שרײַבער ירחמיאל בריקס, פֿון עמעצן, וואָס האָט אים זייער גוט געקענט: זײַן טאָכטער, בעלאַ בריקס־קלײַן.
ירחמיאל בריקס איז געווען, ווי חוה ראָזענפֿאַרב, שׂימחה־בונעם שײַעוויטש, און מרים אולינאָווער, אַן עיקרדיקע פֿיגור אינעם ליטעראַרישן לעבן פֿון לאָדזשער געטאָ. אַזוי ווי ראָזענפֿאַרב וואָס האָט איבערגעלעבט דעם נאַצישן גיהנום, האָט ער נאָך דער מלחמה פֿאַראייביקט זײַנע זכרונות פֿון יענער גרויליקער תּקופֿה אין אַ ריי ראָמאַנען, אַרײַנגערעכנט ”אַ קאַץ אין געטאָ“, ”דער קייסער אין געטאָ“, און אין דער עפּישער פּאָעמע ”געטאָ־פֿאַבריק 76“.
בריקס׳ זכרונות ווערן פֿאַראייביקט ניט בלויז דורך זײַנע ליטעראַרישע ווערק, וואָס מע האָט איבערגעזעצט אויף ענגליש און העברעיִש, נאָר אויך דורך זײַן טאָכטער, די ייִדיש־טוערין בעלאַ בריקס־קלײַן. בעלאַ איז באַקאַנט דעם ”פֿאָרווערטס“־לייענער ווי די סעקרעטאַרשע פֿונעם ”אַרבעטער־רינג“ אין ישׂראל און די צונויפֿשטעלער פֿונעם חודשלעכן בולעטין ”וואָס, ווען, וווּ“, וואָס גיט איבער אַ פֿולשטענדיקן איבערבליק פֿון אַלע ייִדיש־אַקטיוויטעטן אינעם ייִדישן לאַנד.
בעלאַ, וואָס געפֿינט זיך איצט אין אַמעריקע אויף אַ לענגערן באַזוך, וועט האַלטן אַ לעקציע דעם 15טן אָקטאָבער אינעם ”שלום־עליכם־צענטער“ אין בראָנקס וועגן דעם לעבן און שאַפֿן פֿון איר פֿאָטער, ווי אויך אירע פּערזענלעכע זכרונות פֿון אים.
דער רעפֿעראַט וועט פֿאָרקומען 1:30 נאָך מיטאָג. אינעם מוזיקאַלישן טייל פֿון פּראָגראַם וועט דער באַקאַנטער רוסיש־ייִדישער זינגער און מחבר פֿון לידער, פּסוי קאָרעלענקאָ, אויפֿטרעטן מיט אַ קראַנץ לידער.
דער אַרײַנגאַנג איז בחינם פֿאַר מיטגלידער פֿונעם צענטער און 5$ פֿאַרן ברייטן עולם.
פֿאַר די וואָס ווילן אַ פֿאָרשפּײַז פֿונעם רעפֿעראַט, אָט קען מען זען ווי בעלאַ רעדט וועגן איר פֿאָטער אין אַן אויסצוג פֿון אַן אינטערוויו וואָס קריסטאַ וויטני האָט געמאַכט ווי אַ טייל פֿונעם פּראָיעקט פֿון געשיכטע בעל־פּה בײַם ”ייִדישן ביכער־צענטער“ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.