120 יאָר „בונד‟ וועט געפּראַוועט ווערן בײַם „ייִוואָ‟

120th Anniversary of the Bund to be Celebrated at YIVO

אַ בונדישע דעמאָנסטראַציע אין וואַרשע, דעם ערשטן מײַ 1936
Pinterest
אַ בונדישע דעמאָנסטראַציע אין וואַרשע, דעם ערשטן מײַ 1936

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 28, 2017, issue of August 25, 2017.

דאָס יאָר 1897 איז געווען אַ וויכטיקס פֿאַר דער ייִדישער וועלט: אַחוץ דער גרינדונג פֿון אונדזער צײַטונג, דעם „פֿאָרווערטס‟ אין אַמעריקע, האָט מען אין אייראָפּע פֿאַרלייגט די צוויי וויכטיקסטע ייִדישע פּאָליטישע באַוועגונגען פֿונעם ערשטן העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט: דעם ציוניזם און דעם בונדיזם.

כאָטש מע האָט לאַנצירט דעם ציוניזם אויף אַ ריזיקן קאָנגרעס אין באַזעל, האָט מען געגרינדעט דעם בונד אויף אַ מער באַשיידענעם אופֿן: באַהאַלטערנערהייט אינעם בוידעם פֿון אַ הויז אין ווילנע.

120 יאָר שפּעטער וועלן אַ ריי פֿאָרשער און פּאָליטישע און קולטור־טוער זיך פֿאַרזאַמלען בײַם ניו־יאָרקער „ייִוואָ‟, כּדי צו באַטראַכטן די השפּעה פֿונעם „בונד‟ אויפֿן ייִדישן אַמאָל און הײַנט. צווישן די רעפֿערענטן זענען הינדע בורשטיין, דזשעק (יאַנקל) דזשעקאָבס, קלייר קינבערג, אירענאַ קלעפּפֿיש, זלמן מלאָטעק, אַבֿרהם פּאַט, משה ראָזענפֿעלד, דניאל סויער, ען טאָבאַק און מאַרווין צוקערמאַן. אין אַ ספּעציעלן פּאַנעל פֿון פּאָליטישע אַקטיוויסטן און קינסטלער וועלן די אָנטיילנעמער דערקלערן, ווי אַזוי די ירושה פֿונעם „בונד‟ ווריקט הײַנט אויף זייער אַרבעט.

אַחוץ די רעדעס וועט אויך אויפֿטרעטן אַ כאָר פֿון אַמאָליקע קעמפּערס פֿונעם בונדישן לאַגער „המשך‟ מיט אַ קראַנץ בונדישע לידער. מע וועט דערבײַ אויך צוטיילן אַלעמען אין עולם אַ ביכל וועגן דער געשיכטע פֿון „בונד‟ מיט בילדער, לידער און פּערזענלעכע זכרונות פֿון אַ ריי הײַנטצײַטיקע שרײַבער, מוזיקער און קולטור־טוער, וואָס זענען באַאײַנפֿלוסט געוואָרן פֿונעם „בונד.‟

די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 22סטן אָקטאָבער, 1 אַ זייגער נאָכמיטאָג. דער אײַנטריט איז 10$ פֿאַר סטודענטן און „ייִוואָ‟־מיטגלידער און 20$ פֿאַרן ברייטערן עולם.

כּדי צו באַשטעלן בילעטן באַזוכט: https://yivo.org/Bund120