ווי קען די ערד זײַן פֿלאַך?

How Could the Earth Be Flat?

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published October 11, 2017, issue of October 27, 2017.

אין אָנהייב האָט דער אייבערשטער באַשאַפֿן דעם הימל און די ערד. ווי ס׳איז באַקאַנט, שטייט אַזוי געשריבן אינעם סאַמע ערשטן פּסוק פֿונעם חומש־בראשית, וועלכן מיר הייבן אָן לייענען די וואָך פֿון ס׳נײַ.

אויב מע לייענט מיט אויפֿמערק פֿאַרשיידענע נאָטיצן פֿון רש״י, רבינו תּם און אַ ריי אַנדערע קלאַסישע מפֿרשים פֿון חומש און גמרא, ווערט גאַנץ קלאָר, אַז אַ סך פֿון אונדזערע חכמים האָבן געגלייבט, אַז די ערד און פֿלאַך. מיט 60 יאָר צוריק האָט מען אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אַרויסגעשיקט דעם ערשטן סאַטעליט, „ספּוטניק‟, אויף דער ערד־אָרביטע. במשך פֿון עטלעכע וואָכן האָבן זײַנע ראַדיאָ־סיגנאַלן געוויזן קלאָר דער גאָרער וועלט, אַז אונדזער פּלאַנעט האָט אַ ספֿערישע פֿאָרעם.

הײַנט פֿאַרשטייען מיר קלאָר, אַז הגם רש״י און אַנדערע ראשונים זענען געווען גרויסע תּורה־ערודיטן, האָבן זייערע וויסנשאַפֿטלעכע ידיעות געשטימט מיטן מיטל־עלטערלעכן אַרום.

אין דער זעלבער צײַט, קאָנען מיר פֿאַרטיידיקן אונדזערע חכמים און זאָגן, אַז אין אַ מעטאַפֿיזישן זין איז רש״י טאַקע גערעכט. אונדזער „ערדישער‟ אַספּעקט פֿונעם לעבן — פּרנסה, שלום־בית, טאָג־טעגלעכע שטוב־טירחות — האַלטן אונדזערע פֿיס צוגעבונדן צו דער פֿלאַכער געאָגראַפֿיע פֿון די הײַזער, גאַסן און שטעט.

אַדרבה, ווען מיר קוקן אַרויף, שטעלן מיר זיך פֿאָר די מיסטעריעזע הימלישע ספֿערעס, שטערן און פּלאַנעטן, די סודות פֿון דער זון און די לבֿנה. ווען מיר חלומען, האָפֿן מיר זיך אויפֿצוהייבן אַהין, וואָס ווײַטער און העכער פֿון דער „פֿלאַכער‟ טאָג־טעגלעכער וועלט.

רש״י באַמערקט, אַז ווײַטער אין אונדזער הײַנטיקער פּרשה שטייט געשריבן, אַז דער אייבערשטער האָט באַשאַפֿן „ארץ ושמים‟ — די ערד און דעם הימל. ס׳איז נישט קלאָר, וואָס איז באַשאַפֿן געוואָרן פֿריִער.

אינעם דערמאָנטן מעטאַפֿאָרישן זין, איז טאַקע שווער צומאָל צו זאָגן, וואָס איז וויכטיקער: דער ערדישער אָדער דער הימלישער טייל פֿונעם לעבן? דערצו, איז דער עצם־חילוק נישט אַלעמאָל קלאָר. פֿאָרשערישע אַרטיקלען וועגן רש״יס וויסנשאַפֿטלעכע ידיעות זענען דערשינען אין אַזעלכע אויסגאַבעס, ווי דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער זשורנאַל „חקירה‟. ס׳איז אינטערעסאַנט און באַלערנדיק צו באַטראַכטן, ווי אַזוי די רבנים האָבן זיך פֿאָרגעשטעלט די וועלט מיט הונדערטער יאָרן צוריק. פֿאַר אַ נײַגעריקן וועלטלעך־געבילדעטן מענטש איז עס אַן אינטעלעקטועלע „הימלישע‟ טעמע.

אַ חרדישער ייִד קאָן זיך באַקלאָגן, פֿון זײַן צד, אַז אויף די גדולי־ישׂראל, שוין אָפּגערעדט אַזעלכע „תּורה־ריזן‟ ווי רש״י, פֿרעגט מען נישט קיין קשיות. הגם עס שאַפֿט זיך אַ קלאָרער אײַנדרוק, אַז די פֿראַנצויזן, אַרײַנגערעכנט די פֿראַנצויזישע ייִדן, האָבן געהאַט צווייפֿלהאַפֿטיקע וויסנשאַפֿטלעכע ידיעות, איז נישט כּדאַי דערפֿון צו טראַכטן בכלל. אַזאַ טעמע איז זיכער אַן „ערדישע‟ אָדער נאָך ערגער, ווײַל זי רײַסט אונטער רש״יס אומאָפּפֿרעגלעכן אויטאָריטעט.

וואָס איז בעסער: צו זײַן אַ בראַצלעווער חסיד, דאַוונען מיט די אייגענע ווערטער אין אַ וואַלד, פֿאַרנעמען זיך מיט מעדיטאַציעס, שפּילן ניגונים פֿון רב שלמה קאַרלעבאַך, גיין כּסדר אין קבלה־קלאַסן, פֿאַרברענגען אויף די בערג בײַם שײַטער מיט אַ גיטאַרע? אָדער צו האָבן אַ סטאַבילע פּרנסה, שטעלן דעם טראָפּ אויפֿן פּראַגמאַטישן טאָג־טעגלעכן לעבן, זיך זאָרגן וועגן דעם קומענדיקן טאָג, שטיין פֿעסט אויף דער „פֿלאַכער‟ ערד און זיך נישט רײַסן צו הויך אינעם הימל אַרײַן?

ס׳רובֿ מענטשן אין דער הײַנטיקער וועלט, אַרײַנגערעכנט די מתפּללים פֿון די שילן, וועלן ענטפֿערן, אַז דער פּראַגמאַטישער אַספּעקט איז וויכטיקער. אַוודאי איז אינטערעסאַנט צו באַזוכן פֿון צײַט צו צײַט צו פֿליִען איבערן אָקעאַן אָדער, וואָס שייך רוחניות, צו לערנען אַ ביסל מיסטישע ענינים אָדער צו דערפֿילן התפּעלות בײַם דאַוונען. בדרך־כּלל איז אָבער די ערד באַשאַפֿן די ערשטע!

פֿון דער צווייטער זײַט, שאַפֿט זיך אַמאָל אין אַ ייִדישער קהילה אַן אַטמאָספֿער, וווּ אַן אינטעליגענטער רוחניותדיקער מענטש פֿילט זיך אומבאַקוועם. צוליב דעם ווילן נישט ווייניק יונגע ייִדן פֿונעם הײַנטיקן דור זיך נישט אַפֿיליִיִרן מיט קיין קאָנקרעטער קהילה. ווען דער עולם שמועסט בײַם קידוש — אָדער, נאָך ערגער, בײַם דאַוונען — בלויז וועגן געשעפֿטן, פּאָליטיק, אָרטיקע אינטריגעס, קלינגט אַזאַ אָרט צו „ערדיש‟ פֿאַר אַ יונגערמאַן, וואָס זוכט אין דער שיל האַרציקע תּפֿילות און רוחניותדיקע ענינים.

צו פֿאַרוואַנדלען יעדע שיל און אַ קבלה־ אָדער אַ זינגערײַ־צענטער וואָלט נישט געווען קיין פּראַקטישע עצה. צופֿיל „הימלישקייט‟, תּוהו־ובֿוהו, קאָן אויך זײַן דעסטרוקטיוו. פֿונדעסטוועגן, מוזן מיר געדענקען, אַז די גאַנצע תּורה הייבן זיך אָן מיט דער פֿראַזע, אין וועלכער דער הימל ווערט דערמאָנט צוערשט — פֿאַר דער ערד.