די וואָס פֿאַראינטערעסירן זיך אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער האָבן איצט אַ נײַעם מכשיר, וואָס זיי קענען נוצן אויסצופֿאָרשן די טעמע.
דער „דיגיטאַלישער ייִדישער טעאַטער־פּראָיעקט‟ האָט לעצטנס געלאָזט וויסן, אַז ער האָט, בשותּפֿות מיטן „ייִוואָ‟, דיגיטאַליזירט דעם ביז־אַהער ניט פּובליקירטן זיבעטן באַנד פֿון זלמן זילבערצווײַגס „לעקסיקאָן פֿון ייִדישן טעאַטער‟, וואָס מע האָט לכתּחילה אַרויסגעגעבן פֿון 1931 ביז 1969.
די ערשטע זעקס בענד פֿונעם „לעקסיקאָן‟, באמת אַ ריזיקע ענציקלאָפּעדיע וואָס גיט איבער די ביאָגראַפֿישע פּרטים פֿון טויזנטער אַקטיאָרן, פּראָדוצענטן, רעזשיסאָרן און אימפּרעסאַריאָס, ווי אויך די געשיכטע פֿון ייִדישע טעאַטערס, טעאַטער־טרופּעס און קינסטלערישע פֿאַראיינען, האָט מען אַרויסגעגעבן בעת זײַן צונויפֿשטעלער זלמן זילבערצווײַג האָט נאָך געלעבט. כאָטש זילבערצווײַג האָט פֿאַרענדיקט דעם זיבעטן באַנד פֿון זײַן לעקסיקאָן, האָט מען אים קיינמאָל ניט אָפּגעדרוקט און די קאָרעקטור־זײַטן זענען פֿאַרבליבן אינעם „ייִוואָ־אינסטיטוט‟.
דער נײַער דיגיטאַלישער נוסח פֿונעם זיבעטן באַנד שטעלט פֿאָר ניט בלויז פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די זײַטן, נאָר אויך אַ זוכמיטל, דורך וועלכן מע קען אַרײַנשטעלן אַ נאָמען פֿון אַן אָקטיאָר צי טעאַטער און באַקומען אויטאָמאַטיש דאָס בילד פֿונעם שײַכותדיקן זײַטל. די פֿריִערדיקע זעקס בענד קען מען לייענען אויף דער וועבזײַט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אָבער מע קען זיי, פֿאַרשטייט זיך, ניט דורכזוכן.
די דיגיטאַליזאַציע איז דורכגעפֿירט געוואָרן מיט דער שטיצע פֿונעם „וויסקאָנסינער אוניווערסיטעט‟, וווּ עס לערנט ד׳׳ר יואל בערקאָוויץ, דער מיטגרינדער פֿונעם „דיגיטאַלישן ייִדישן טעאַטער־פּראָיעקט‟. דער פּראָיעקט, וואָס ער האָט געגרינדעט אין 2012 צוזאַמען מיט ד׳׳ר דבֿורה קאַפּלאַן („ברוך־קאַלעדזש‟), ברענגט צונויף פֿאָרשער פֿון אַ ריי אַקאַדעמישע געביטן כּדי זיך צו טיילן מיט רעסורסן וועגן דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער און זיי פֿאַרעפֿנטלעכן פֿאַרן ברייטן עולם.
צווישן זײַנע פֿריִערדיקע דערגרייכונגען האָט דער פּראָיעקט אַרויסגעלאָזט אַ קאָמפּיוטער־מכּשיר, דורך וועלכן מע קען זיך דערוויסן, וואָס פֿאַר אַ שײַכות אַ באַקאַנטער האָליוווּדער אַקטיאָר האָט צו דער ווילנער טרופּע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.