זינט מע האָט הײַיאָר אָנגעהויבן פֿאַרשפּרייטן דעם חסידישן זשורנאַל „דער וועקער‟ אין די קיאָסקן איבער די חסידישע געגנטן, האָבן מער לייענער צוטריט צו אַ נײַעם סאָרט פֿרומען זשורנאַל.
כאָטש עס געפֿינען זיך עטלעכע נײַע (און ניט אַזוי נײַע) חסידישע זשורנאַלן וואָס באַהאַנדלען אומדערוואַרטע טעמעס אויף אַ סאָפֿיסטיצירטן און צומאָל וויסנשאַפֿטלעכן אופֿן (איבערהויפּט: „דער מאָמענט‟, „דער שפּאַקטיוו‟ און „מעלות‟), איז „דער וועקער‟ דער ערשטער וואָס נעמט אָן כּמעט אַ משׂכּילישן טאָן. כאָטש די רעדאַקטאָרן בלײַבן אין גאַנצן געטרײַ די אָנגענומענע כּללים פֿון דער חסידישער פּרעסע וואָס שײך זייער צוגאַנג צו ייִדישקייט, פֿאַרמאָגן געוויסע אַרטיקלען אַ מער קריטישע פּערספּעקטיוו צו דער הײַנטיקער חסידישער ווירקלעכקייט. קיינער פֿון די שרײַבער וויל ניט, חלילה, אַראָפּרײַסן די גאַנצע פֿרומע לעבנסשטייגער ווי עס האָבן געוואָלט טאָן די שרײַבער פֿון די משׂכּילישע צײַטונגען מיט 100 אָדער 130 יאָר צוריק, אָבער פֿון דעסט וועגן איז קלאָר אַז מע האָט ניט קיין מורא אַרומצורעדן געוויסע טעמעס, וואָס ס׳רובֿ פֿרומע אויסגאַבעס וואָלטן בעסער געוואָלט פֿאַרשווײַגן, כּדי צו דיסקוטירן אופֿנים, ווי אַזוי מע קען פֿאַרבעסערן די חסידישע געזעלשאַפֿט.
נאָך אַ וויכטיקן אונטערשייד: להיפּוך צו אַלע אַנדערע חסידישע זשורנאַלן דרוקט „דער וועקער‟ אָפּ אַרטיקלען און מעשׂיות פֿון שרײַבער פֿון אַלע מינים הינטערגרונטן, אַבי זייער אַרטיקל צי דערציילונג אַליין איז „כּשר‟. אַזאַ צוגאַנג דערמאָנט אינעם „אַלגעמיינער זשורנאַל‟, וואָס פֿלעג דרוקן רובריקן סײַ וועגן חסידות, סײַ וועגן דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור און לינגוויסטיק. דער ענלעכער צוגאַנג צווישן די צוויי פּובליקאַציעס וואַרפֿט זיך אין די אויגן בײַם דורכבלעטערן דעם איצטיקן תּשרי־חשון נומער „וועקער‟, וואָס זײַן הויפּט־אַרטיקל בײַנאַנד מיט דער הילע־בילד איז אַ לענגערער פּראָפֿיל פֿון הרבֿ יוסף יצחק יעקבֿסאָן, דער זון פֿונעם גרינדער און לאַנגיאָריקן רעדאַקטאָר פֿונעם „אַלגעמיינעם זשורנאַל‟ גרשון יעקבֿסאָן ז׳׳ל. דווקא אינעם אַרטיקל שילדערט יעקבֿסאָן דעם „קולטורעלן סינטעז‟ פֿון דער חסידישער וועלט מיט דער וועלטלעכקייט וואָס זײַן פֿאָטער האָט אַרײַנגעבראַכט אין דער צײַטונג. בלעטערנדיק די איבעריקע אַרטיקלען פֿונעם איצטיקן נומער זעט מען אַז די רעדאַקטאָרן האָבן טאַקע באַוויזן דורכצופֿירן אַזאַ צוגאַנג.
אַ גוטער משל פֿון אַ שטאַרק אינטערעסאַנטן אַרטיקל וואָס איז סײַ וויסנשאַפֿטלעך, סײַ טיף באַהאַוונט אין דער וועלט פֿון טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט, איז אַן אָפּהאַנדלונג (פֿונעם מחבר „ייִדל‟) פֿונעם ריזיקן סיכסוך איבער די „בראָקל‟־הינדלעך. (בקיצור: געוויסע רבנים און אינוועסטירער האַלטן אַז בלויז איין סאָרט הינדל איז כּשר, און אַנדערע האַלטן פֿאַרקערט, אַז דווקא דער „בראָקל‟־הון איז אַ טמאנע חיה). „ייִדל‟ דערקלערט וועגן די פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿונעם סיכסוך, סײַ די רעלעוואַנטע פּסוקים וועגן דעם ווי אַזוי מע זאָל אויסהאָדעווען ספּעציפֿישע מינים פֿייגל, סײַ די געשיכטע פֿון די גרעסטע פֿירמעס וואָס בריִען אויף הינדלעך און ווי אַזוי דאָס ווירקט אויפֿן מאַרק פֿאַר כּשרע עופֿות.
אַחוץ די אַרטיקלען פֿון די פֿרומע שרײַבער באַווײַזן זיך אינעם איצטיקן נומער צוויי ווערק פֿון יונגע ייִדישיסטן, וועמענס נעמען זענען באַקאַנט דעם „פֿאָרווערטס‟־לייענער. נח באַרעראַ שרײַבט אין זײַן אַרטיקל „אַ בריק צווישן וועלטן‟ ווי אַזוי ער, אַ וועלטלעכער ייִד פֿון מעקסיקאַנישן אָפּשטאַם, האָט זיך באַפֿרײַנדעט מיט אַ חסיד וועמען ער האָט געטראָפֿן בײַם זען דעם פֿילם „מנשה‟. דערצו איז עטל ניבאָרסקיס דערציילונג „באַהעלטערלעך‟ אויסגעקליבן געוואָרן ווי דער געווינער אויפֿן צווייטן אָרט אינעם „וועקערס‟ שרײַב־פֿאַרמעסט. די ריכטער האָבן געלויבט איר באַהאַנדלונג פֿון דער מענטשלעכער שטאַרבלעכקייט.
ס׳איז מיר קלאָר, אַז אַזוי ווי נח באַרעראַ באַשרײַבט דעם פֿילם „מנשה‟, וועט „דער וועקער‟ ווײַטער בויען בריקן צווישן פֿאַרשידענע וועלטן. לאָמיר האָפֿן אויף נאָך אַזעלכע געלונגענע נומערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.