אַ דרײַ־וואָכיקע ווידעאָ־אינסטאַלאַציע אין לעמבעריק האָט לעצטנס אויפֿגעלעבט די ווערק פֿון דער ייִדישער שרײַבערין דבֿורה פֿאָגעל, אַ דאַנק דער צוזאַמענאַרבעט פֿון דער לאָנדאָנער פֿאָטאָגראַפֿין און רעזשיסאָרין אַסיאַ געפֿטער און דער דובלינער מוזיקערין, אָלעסיאַ זדאָראָװעצקאַ. די אויסשטעלונג איז פֿאָרגעקומען פֿונעם 14טן סעפּטמבער ביזן 8טן אָקטאָבער.
די אינסטאַלאַציע איז אַ רעזולטאַט פֿון אַ לאַנגער רײַזע וואָס אַסיאַ און אָלעסיאַ האָבן געמאַכט אין איינעם דורך לעמבעריק (הײַנט — מערבֿ־אוקראַיִנע), וווּ זיי האָבן זיך באַקענט מיט די שטאָט־אײַנװוינער, אָרטיקע קינסטלער און פֿאָרשערס. די אינסטאַלאַציע שפּיגלט אָפּ זייער איבערלעבונג, געשילדערט דורך פֿאָטאָגראַפֿיעס, קלאַנגען און טעקסטן פֿון דער דיכטערין, פֿילאָסאָפֿקע און קונסט־קריטיקערין דבֿורה פֿאָגעל, װאָס איז געבױרן געװאָרן אין בורשטין, אַ קלײן שטעטל אין מיזרח־גאַליציע, אין 1900 און געװױנט אין לעמבעריק. זי איז ניפֿטר געוואָרן אין 1942.
פֿאָגעל האָט אַרױסגעגעבן צװײ בענד לידער, „טאָג פֿיגורן‟ (1930) און „מאַנעקינען‟ (1934) און אַ באַנד פּראָזע־מאָנטאַזשן, „אַקאַציעס בליִען‟, װאָס איז אַרױס אויף ייִדיש אין 1935 און אויף פּױליש אין 1936 אין „צושטײַער פֿאַרלאַג‟ אין לעמבעריק.
זי איז געװען אַ מיטאַרבעטער פֿון ייִדישע זשורנאַלן און צײַטונגען ווי „אין זיך‟ — די פּובליקאַציע פֿון ייִדישע מאָדערניסטן; „באָדן, אינזל‟ — די פּובליקאַציע פֿון בונדיסטן אין ניו־יאָרק; „שױבן אין בוכאַרעשט‟, „ליטעראַרישע בלעטער‟ אין װאַרשע, און „דער מאָרגן‟ און „צושטײַער‟ אין לעמבעריק.
פֿאָגעל האָט געשריבן אַ סך עסײען, צװישן זײ — מאמרים װעגן די ייִדישע מאָלערס מאַרק שאַגאַל, הענריק סטרענג, אָטאָ האַן און אַנדערע קינסטלערס װאָס זײַנען געװען אַקטיװ אין דער גרופּע „אַרטעס”; עסײען װעגן דער ייִדישער קהילה אין לעמבעריק; וועגן אַנטיסעמיטיזם און ראַסיזם פֿון אַ פּסיכאָלאָגישער פּערספּעקטיװ, און אױכעט רעפֿעראַטן װעגן ליטעראַטור־װיסנשאַפֿטלעכער פּראָבלעמאַטיק.
אױף דער אױסשטעלונג האָט מען געהאַט די געלעגנהײט צו לײענען די „װידעאָ־פּאָעזיע” אויפֿן סמך פֿון פֿאָגעלס לידער „די גרױסשטאָט־זון”, „דרײַ לידער װעגן װאַרטן”, „מאַנעקינען”, „אַ ליבע ליד” און אַנדערע. די אױסצוגן פֿונעם פּראָזע־ווערק „אַקאַציעס בליִען‟ זײַנען אַ טייל פֿון דער צווייטער װידעאָ־אינסטאַלאַציע װעגן די טעמעס און ערטער װאָס זענען פֿאָגעלן געװען װיכטיק (למשל, דער װאָקזאַל אין לעמבעריק); די מאָטיוון פֿון אַסיאַס און אָלעסיאַס צװײ־יאָריקער אײַזנבאַן־רײַזע; די שטאָטישע דעכער און די קולות פֿון לײַט װאָס דערמאָנען זיך װעגן דעם ייִדישן לעבן אין לעמבעריק און זייערע געדאַנקען װעגן דער צוקונפֿט.
Visual poetry from 'Fragments of Memory' from Asya Gefter on Vimeo.
איין וויכטיקער מאָטיוו איז געווען דער בנין פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן מוזײ אין לעמבעריק אױף שלום־עליכם גאַס 12. דער בנין איז ליידיק און צעקרישלט זיך שוין און אין אױגוסט 2017 האָט מען אָנגעהױבן אים צו רעסטאַװרירן.
די ייִדישע קהילה האָט געעפֿנט דעם מוזײ אין יוני 1934 און ער איז געװען דער צענטער פֿון ייִדישן קולטור־לעבן אין גאַליציע. די קאָלעקציע איז באַשטאַנען נישט בלויז פֿון רעליגיעזע קונסט־עקספּאָנאַטן פֿון 17טן און 19טן יאָרהונדערט, אָבער אױך פֿון מאָדערנע װעלטלעכע קונסטווערק.
די קינסטלערישע גרופּע „אַרטעס” װאָס האָט עקספּערימענטירט מיט סוררעאַליזם, קוביזם, קאָנסטרוקטיװיזם און אַנדערע באַװעגונגען אין דער מאָדערנער קונסט, האָט אויך געהאַט אױסשטעלונגען אין דעם מוזײ. דבֿורה פֿאָגעל האָט רעצענזירט די אױסשטעלונגען אין דער ייִדישע פּרעסע.
פּונקט ווי די אַמעריקאַנער שרײַבערין גערטרודע סטײן האָט געדינט ווי אַ מענטאָר פֿאַר די מאָלערס אין פּאַריז, איז פֿאָגעל געווען ממש די וועגווײַזערין פֿאַר די קינסטלער אין לעמבעריק.
נאָך דער נאַציסטישער אָקופּאַציע פֿון דער שטאָט און נאָך דעם וואָס די סאָװעטישע רעגירונג האָט געשלאָסן דעם מוזיי אין 1939 האָט מען אַריבערגעפֿירט די חפֿצים אין פֿאַרשידענע מוזײען אין לעמבעריק.
אַחוץ דער אױסשטעלונג האָט מען במשך פֿון די דרײַ וואָכן אָרגאַניזירט אַ דיסקוסיע אויף דער טעמע, „װי פֿאָלגט מען נאָך דבֿורה פֿאָגעל?”, אין װעלכער איך האָב אַליין אָנטײלגענומען. איך האָב געגעבן אַ קורצן רעפֿעראַט װעגן די ייִדישע שרײַבערס אין גאַליציע און וועגן דער קאָרעספּאָנדענץ, די עסײען און אַנדערע מאַטעריאַלען װאָס איך האָב אַנטדעקט אין דעם ייִװאָ־אַרכיװ אין ניו־יאָרק. די אַנדערע אָנטײלנעמערס האָבן גערעדט װעגן די פּױלישע און די אוקראַיִנישע קאָנטעקסטן פֿון דבֿורה פֿאָגעל און װאָס מע קען טון זי צו פֿאַראייביקן און פֿאַר װאָס באַדאַרף מען בכלל לערנען װעגן דער ייִדישער שפּראַך, קולטור און ליטעראַטור.
מע איז געקומען צום אױספֿיר אַז אָנעם לערנען די ייִדישע געשיכטע מיט איר טראַגיזם, קען מען נישט גײן פֿאַרױס און מע האָט אויך אַרומגערעדט ווי מע קען אויפֿלעבן די ייִדישע קולטור אין דער הײַנטצײַטיקער אוקראַיִנע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.