דעם 13טן אָקטאָבער איז פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט אין אָנדענק פֿון די קינדער און לערערס פֿון דער מעדעם־סאַנאַטאָריע אינעם שיינעם „פּראָם” קולטור־הויז אין וואַרשע.
די מעדעם־סאַנאַטאָריע פֿאַר ייִדישע קינדער, וואָס איז פֿאַרלײגט געװאָרן פֿון דער „צענטראַלע ייִדישע שול־אָרגאַניזאַציע” [ציש״אָ] אין 1926, איז געווען טעטיק ביז 1942, ווען די דײַטשן האָבן פֿאַרשיקט אַלע קינדער אויף זייער טויט אין טרעבלינקע.
נו, דאַרף מען מסתּמא מסביר זײַן וואָס איז אַזוינס ציש״אָ. איז אַזוי. ציש״אָ איז געווען דאָס „קינד” פֿונעם ייִדישן אַרבעטער בונד, די פֿאָלקיסטן און פּועלי־ציון. די אָרגאַניזאַציע האָט געגרינדעט אומאָפּהענגיקע ייִדישע שולן אין פּוילן צווישן ביידע וועלט־מלחמות.
די אידעאָלאָגיע פֿון ציש״אָ איז געווען סאָציאַליסטיש און ייִדישיסטיש געשטימט. במילא איז די שפּראַך, סײַ אין די ציש״אָ שולן סײַ אין דער ציש״אָ מעדעם־סאַנאַטאָריע לעבן וואַרשע, געווען ייִדיש.
אין די חדרים האָבן די מלמדים אויך גערעדט ייִדיש צו די קינדער. נאָר וואָס זשע? ייִדיש איז געווען פֿאַר זיי בלויז אַ מיטל צו לערנען תּורה. אין די ציש״אָ קינדער־אַנשטאַלטן איז ייִדיש דערהויבן געוואָרן צו אַ סטאַטוס פֿון אַ נאַציאָנאַלער שפּראַך, מיט אַ גראַמאַטיק און אַ ליטעראַטור. מען האָט נישט נאָר געלערנט אויף ייִדיש נאָר מען האָט געלערנט ייִדיש גופֿא.
דער געזונט־מצבֿ בײַ די קינדער פֿון די ייִדישע אַרבעטער אין פּוילן איז אָפֿט געװען אַ שלעכטער. חוץ פֿרישער לופֿט און גוט עסן האָט די מעדעם־סאַנאַטאָריע געלערנט די קינדער ווערטן ווי דרך־ארץ פֿאַר אַרבעט, חבֿרשאַפֿט און פֿאַראַנטוואָרטלעכקײט.
די סאַנאַטאָריע איז אָנגעפֿירט געוואָרן לויט די כּללים פון דער מאָדערנער פּעדאַגאָגיק וווּ ליבע און דרך־ארץ פֿאַר די קינדער איז געווען חשובֿער ווי האַרבע דיסציפּלין.
די וואָס זענען געווען אין דער מעדעם־סאַנאַטאָריע געדענקען ממש מיט ליבשאַפֿט אָט די קליינע ייִדישע סאָציאַליסטישע קינדער־רעפּובליק. מיר האָבן אַ לעבעדיקן עדות פֿון דער מעדעם־סאַנאַטאָריע אַ דאַנק דעם פֿילם „מיר קומען אָן” װאָס איז לעצטנס דיגיטאַליזירט געוואָרן.
דער קאָנצערט איז צוגעגרייט געװאָרן דורך אַ גרופּע פּוילישע מוזיקערס. די מוזיקאַלישע שאַפֿונג זייערע הייסט „גן־עדן”. פֿאַר די ייִדישע און פּוילישע קינדער וואָס זענען געהיילט געוואָרן אין דער מעדעם־סאַנאַטאָריע איז זי טאַקע געווען אַ שטיקל גן־עדן.
און איצט אַ פּאָר ווערטער וועגן צוויי באַרימטע ייִדישע פֿילממענטשן: אַ פּוילישער (ראָמאַן פּאָלאַנסקי) און אַן אַמעריקאַנער (האַרווי ווײַנסטײַן).
אָבער לאָמיר אָנהייבן מיט מאָצאַרטן. אין 1789 האָט וואָלפֿגאַנג אַמאַדעוס מאָצאַרט געשריבן אַן אָפּערע, „קאָזי פֿאַן טוטע”, דהיינו — אַזוי טוען אַלע. די אָפּערע באַקלאָגט מיט מאָצאַרטישן חן די שוואַכקײט פֿון דער מענטשלעכער נאַטור וואָס שייך דעם יצר־הרע.
ווען ראָמאָן פּאָלאַנסקי איז אַנטלאָפֿן פֿון אַמעריקע צוליב זײַנע סעקססקאַנדאַלן האָט די קליינע טעאַטער־ און פֿילמוועלט דאָ אין וואַרשע איבערגעחזרט מאָצאַרטס ווערטער: אַזוי טוען אַלע. פּאָלאַנסקיס חבֿרים האָבן מיר אַלע געזאָגט די זעלבע זאַך — זיי האָבן נישט פֿאַרשטאַנען די באַשולדיקונגען קעגן אים. זייער טענה איז געווען אַן אַנדערע. אַלע טוען וואָס ער טוט, איז פֿאַר וואָס האט מען זיך געטשעפּעט דווקא צו אים? אפֿשר דערפֿאַר וואָס פּאָלאַנסקי איז געווען אַ פּוילישער אימיגראַנט און נישט געהאַט קיין מעכטיקע חבֿרים ווי די אַנדערע האָליוווּדער בעל־תּאווהניקעס, האָבן זיי געטענהט.
איצט הערן מיר כּל־המינים באַשולדיקונגען קעגן האַרווי ווײַנסטײַן.
איז אפֿשר זענען מײַנע און פּאָלאַנסקיס בשותּפֿותדיקע חבֿרים א ביסל גערעכט? עס זעט טאַקע אויס אַז ער איז נישט דער איינציקער בעל־עבֿירהניק אין דער קהילה קדושה — האָליוווּד.
דער פּוילישער פּרעזידענט, אַנדזשיי דודאַ, שלאָגט פֿאָר דעם 17 מאַרץ ווי דער אָנדענקטאָג פֿון דער זשעגאָטאַ־אָרגאַניזאַציע. דער פּוילישער פּאַרלאַמענט וועט מסתּמא אַקצעפּטירן דעם דאָזיקן פֿאָרשלאָג.
די זשעגאָטאַ־אָרגאַניזאַציע האָט געהאָלפֿן די פּוילישע ייִדן פֿון 1942 ביזן סוף פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע.
פּרעזידענט דודאַ האָט אויך באַערט אַ גרופּע אַמאָליקע זשעגאָטאַ מיטגלידער מיט מעדאַלן פֿאַר זייערע העראָיִשע טאַטן בשעת דער מלחמה. די פֿונדאַציע „ממעמקים” וועט מאַכן אַ פֿילם וועגן די זשעגאָטאַ־העלדן וואָס וועט טאַקע הייסן אויף ענגליש, Silent Heroes [שטילע העלדן].
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.