נאָכן פֿלאָרידער הוראַגאַן, נאָך די טאָרנאַדאָס, נאָכן פֿאַרלוסט פֿון עלעקטריע און לופֿטקילונג, האָב איך באַשלאָסן: גענוג! מיטגענומען מײַן פֿרײַנדינע דזשודי (יהודית) און אַוועק קיין פּראָג, די הויפּטשטאָט פֿון טשעכײַ, די רויִקסטע, ריינסטע, שענסטע שטאָט אין אייראָפּע.
פֿאַר וואָס פּראָג? ווײַל איך בין באַקאַנט מיט איר שוין יאָרן לאַנג, געווײַלט דאָרט דרײַ מאָל און קען גוט אירע געסלעך, אַרכיטעקטור און ייִדישע שילן, בית־עלמינס און דעם ייִדישן מוזיי.
ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין פּראָג אַרום דעם 10טן י״ה און גלײַך נאָך דעם האָבן זיך אָנגעהויבן די רדיפֿות אויף זיי, פּאָגראָמען און בלוט־בילבולים. נישט געקוקט אויף דעם אַלעם האָבן זיך ייִדן אײַנגעפֿונדעוועט אין דער אַלטער שטאָט פּראָג און אין יאָר 1270 אויפֿגעשטעלט די „אַלט־נײַע סינאַגאָגע‟ — די עלטסטע שיל אין אייראָפּע. די שילן האָבן דאַן געמוזט געבויט ווערן טיף אין דער ערד בכדי נישט צו קאָנקורירן מיט די צענדליקער הויך געבויטע קלויסטערס וואָס אַ סך פֿון זיי זײַנען אײַנגעטונקען ביזן הײַנטיקן טאָג אין גאָלד פֿון אינעווייניק און באַצירט מיט איקאָנעס פֿון אינעווייניק און אויסנווייניק.
פֿאַרשטייט זיך, אַז מיר האָבן אָפּגעשטאַט אונדזער ערשטן וויזיט אין דער „אַלט־נײַער‟ סינאַגאָגע. די שיל האָט נאָך אַלץ געוויסע אַלטערטימלעכע שטריכן, בפֿרט לגבי די פֿרויען. די מענער שיל איז געראַם און שטאַרק באַלויכטן, די װײַבערשיל אָבער — נישט מער ווי אַ שמאָלער פֿינצטערער פּרוזדור, מיט פּיצעלעך פֿענצטערלעך, לעכעלעך וואָס קוקן אַרײַן אין דער מענער־שיל ווי מיט בינאָקלען.
די שיל רופֿט מען „על־תּנאי‟ (אויף אַ באַדינג) צוליב אַזאַ לעגענדע: ווען מען האָט זיך געשטעלט בויען די פּראָגער שיל האָבן די מלאכים געברענגט צו שלעפּן שטיינער פֿונעם חרובֿ־געוואָרענעם בית־המקדש אין ירושלים און דאָס אויף אַ באַדינג, אַז ווען משיח וועט קומען און מען וועט אויפֿשטעלן צוריק דעם בית־המקדש, וועלן די שטיינער זיך אומקערן קיין ירושלים.
אַנטקעגן דער שיל געפֿינט זיך דער בית־הקבֿרות מיטן קבֿר פֿונעם מהר״ל — דעם פּראָגער רבֿ, ר׳ יהודה־לווי בן בצלאל (1525־1608), דער לעגענדאַרער באַשאַפֿער פֿונעם גולם. לויט דער לעגענדע האָט דער מהר״ל אַרײַנגעהויכט זײַן אָטעם און אויפֿגעלעבט דעם גולם, כּדי ער זאָל זיך אײַנשטעלן פֿאַר די גערודפֿטע ייִדן אין פּראָג אין יענער צײַט. מיט יאָרן צוריק איז אַ סקולפּטור פֿונעם גולם געשטאַנען לעבן דער שיל; הײַנט איז זי מער נישטאָ.
אַן אויסשטעלונג בײַם ייִדישן מוזיי איז געווען בײַ מיר אַ גרויסע איבערראַשונג. די וועלט איז שוין באַקאַנט מיטן וועלט־באַרימטן טשעכישן מחבר פֿראַנץ קאַפֿקאַ, אָבער גיי ווייס אַז אין פּראָג האָט זיך געפֿונען אַ פּלעיאַדע פֿון ייִדישע מחברים, פּאָעטן, מוזיקער, קינסטלער וועלכע האָבן געשריבן אויף ייִדישע טעמעס, אָבער אויף דײַטש וואָס איז דעמאָלט געווען בײַ די אַסימילירטע מערבֿ־אייראָפּעיִשע ייִדן די ליטעראַרישע אומגאַנגשפּראַך. איך שטעל זיך פֿאָר אַז נישט אַלע פֿון זיי זײַנען געווען באַקאַנט מיט די מיזרח־אייראָפּעיִשע שרײַבער און פּאָעטן וואָס האָבן געשריבן אויף ייִדיש, אַ פֿאַרלוסט פֿאַר זיי און אַ פֿאַרלוסט פֿאַר אונדז. אַ סך פֿון אונדזערע שרײַבער און פּאָעטן האָבן זיך אויך געהאָדעוועט אויף דער דײַטשער קולטור און שפּראַך אָבער געשריבן האָבן זיי פֿאָרט אויף ייִדיש.
דער גרויסער ייִדישער פּאָעט איציק מאַנגער האָט אָפּגעלאַכט פֿון די דײַטש־רעדנדיקע ייִדן װאָס בײַטן זייערע ייִדישע נעמען אויף האַנס און אַדאָלף און אַדאָפּטירן נישט נאָר די דײַטשע שפּראַך נאָר אויך די קולטור, אַזוי ווי ס׳האָט געטאָן דער קאָמפּאָזיטאָר פֿעליקס מענדעלסאָן — זייער אינטעלעקטועלער, פֿאַרדײַטשמערישטער שליח־ציבור, ווען ער האָט געפּרעדיקט: „זײַ אַ מענטש אויף דער גאַס און אַ ייִד אין שטוב.‟
און דאָס האָט דערפֿירט צו דער פֿאַראַכטונג פֿון די מזרח־אייראָפּעישע ייִדן, אַזוי ווי די יעקעס פֿלעגן זאָגן: „די אָסט־יודן זינט אונדזער אונגליק.‟ געמיינט דערמיט צו זאָגן, אַז די מזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן, מיט זייערע קאַפּאָטעס, בערד און פּאות זענען נישט נאָר בײַ זיי, נאָר בײַ דער גאַנצער וועלט, אַ שאַנדע און אַ בושה.
ווידעראַמאָל האָב איך אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אויף קאַפֿקאַס קבֿר און ווידעראַמאָל געפֿונען צעטעלעך וואָס מענטשן האָבן איבערגעלאָזט. ס’לעצטע מאָל זײַנען די צעטעלעך געווען אין פֿאַרשיידענע אייראָפּעיִשע שפּראַכן, דאָס מאָל האָב איך דערזען אַן ענגליש צעטעלע וואָס האָט זיך געלייענט בזה הלשון:
„פֿון מעקסיקע מיט ליבשאַפֿט, אַ שיינעם דאַנק פֿאַר דײַן ליטעראַרישער ירושה, דײַן מוח און דײַן נשמה. איך האָף דו פֿילסט זיך בעסער אויף יענער זײַט.‟ דײַאַנאַ אויף צפֿון פֿון פּראָג געפֿינט זיך דער קאָנצענטראַציע־לאַגער טערעזין (טערעזנשטאַט) װאָס די דײַטשן האָבן מיט דער הילף פֿון די אַרומיקע שׂונאי־ישׂראל אויפֿגעשטעלט. דער אומברענג־לאַגער האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ בלאָף און אַ מאָדעל פֿון אַ טויטן־לאַגער, אָפּצונאַרן פֿאַרשיידענע אינספּעקטאָרן וואָס זײַנען געקומען צו רעווידירן דעם צושטאַנד פֿון די ייִדן וואָס געפֿינען זיך אין אַ נאַצי־קאָנצענטראַציע לאַגער. צום סוף האָבן די דײַטשן ליקווידירט דעם קאַצעט אין טערעזין און אָפּגעשיקט אַלע קיין אוישוויץ וווּ אַכציק טויזנט טשעכישע ייִדן זײַנען אומגעקומען. עס נעמט אָן אַ ציטער ווען מ’דערמאָנט זיך אַז בײַ היטלערן זײַנען מיר אַלע, מזרח־ייִדן, מערבֿ־ייִדן, געװען גלײַך.
וואָס ס׳געדענקט זיך מיר בולט פֿון טערעזנשטאַט טויטן־לאַגער איז דאָס הויז וואָס איז געשטאַנען דערנעבן וווּ עס האָבן זיך געפֿונען די קינדער, וועלכע האָבן געשאַפֿן צוזאַמען מיט זייערע לערער די פֿאָרשטעלונג „ברונדערבאַר,‟ וואָס געשריבן האָט די קינדער־אָפּערעטע דער טשעכיש ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר האַנס קראַסאַ אין 1943. מען האָט אַפֿילו אויפֿגעפֿירט „ברונדערבאַר‟ אין ניו־יאָרק מיט יאָרן צוריק.
ווי אַ טייל פֿון אַ גרופּקעלע איבערגעגעבענע ייִדיש־לערער, אונטערן קעפּל „אויפֿגאַנג,‟ האָב איך איבערגעזעצט אויף ייִדיש אַ סעריע קורצע לידעלעך וואָס זײַנען פֿאַרבליבן פֿון די קינדער פֿון טערעזין, וווּ זיי שילדערן זייער צושטאַנד אין געטאָ. איך האָב אויך אַרײַנגעשטעלט זייערע צײכענונגען. מײַן ביכעלע הייסט „די קינדער פֿון טערעזין.‟
איך וועל ציטירן בלויז איין לידעלע פֿון אַ קינד אָן אַ נאָמען:
איך לעב דאָ אין געטאָ
שוין מער ווי אַ יאָר
אין טערעזין
דער שוואַרצער שטאָט,
מענטשן גייען אין די גאַסן,
און ווען דו קוקסט אויף זיי
דערקענסטו גלײַך די געטאָ —
דאָס אָרט פֿון שלעכטס און שרעק.
דאָ שטאַרבן די שוואַכע
גרינג ווי אַ פֿעדער
און ווען זיי שטאַרבן,
שטאַרבן זיי אויף אייביק.
איך וועל פֿאַרענדיקן מײַן הײַנטיק אַרטיקעלע אויף אַ לײַכטערן טאָן ווײַל פּראָג איז נאָך אַלץ שיין, זי איז געבליבן ליכטיק און גאָלדן, אַן אָרט װוּ מ׳קען זיך אָפּרוען די נערוון אין אַ וועלט וואָס וויל בשום־אופֿן נישט קומען צו זיך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.