זינגענדיק און טאַנצנדיק בין איך די טעג אַהיימגעקומען פֿונעם יערלעכן ייִדישן פֿעסטיוואַל אין בוקאַרעשט, רומעניע.
דאָס טעאַטער גופֿא געפֿינט זיך אין אַ פּרעכטיקער געבײַדע וואָס אַנטהאַלט אַ צאָל צימערן אַרײַנגערעכנט אַ טעאַטער־זאַל מיט אַ באַלקאָן, דער איינציקער ייִדישער טעאַטער־בנין הײַנט אין דער וועלט. ניו־יאָרק מעג זיך שעמען אין ווײַטן האַלדז אַרײַן.
די צוקוקער פֿאַרזאַמלען זיך אַ יעדן אָוונט און פֿאַרנעמען איבער הונדערט זיץ־פּלעצער, אַרײַנגערעכנט די גאַלעריע. דער חידוש איז וואָס כּמעט אַלע פֿון זיי זײַנען רומענער, נישט קיין ייִדן.
נישט וויכטיק, במשך פֿונעם וואָך־לאַנגן ייִדישן טעאַטער־פֿעסטיוואַל האָט דאָס ייִדישע טעאַטער אויפֿגעלעבט. ייִדישע טרופּעס זענען געקומען פֿון דער גאַנצער וועלט: מאָסקווע, פּוילן, ישׂראל, ניו־יאָרק, קאַנאַדע, דײַטשלאַנד, וווּ אַ ייִדיש ווינקל אין דער וועלט, געפֿינען זיך ייִדישע אַקטיאָרן וואָס זוכן וווּ אויסצולאָדענען זייער אַרטיסטישע סחורה.
איך וועל זיך באַמיִען נישט אַראָפּצורײַסן די שונד און ביליגע מאַכערײַקעס וואָס האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט אַהער פֿון איבער די גרענעצן פֿון רומעניע; בלויז דערהייבן די הויפּטספּעקטאַקלען וואָס האָבן בײַ מיר פֿאַרכאַפּט דעם אָטעם.
צווישן זיי: די גלענצנדיקע אַקטריסע און זינגערין פֿון ישׂראל ־ רות לעווין. אונטער דער רעזשי פֿון אַלעקסאַנדער פֿיש האָט זי אויסגעטײַטשט אַ טוץ ייִדישע לידער אין אַ פּרעכטיקן ייִדיש, אַראַנזשירט אין זשאַנער פֿון אַ קאַריקאַטור, ממש אַ יעדעס ליד אירס, אַ יעדעס ריר אירס האָט מיך דעמאָנט אינעם ענגלישן פֿילם „קאַבאַרעט‟. רות לעווין איז אַ גרויסע אויסטײַטשערין פֿון ייִדישן ליד, געירשנט פֿון איר באַגאַבטן טאַטן ע״ה לײַבו לעווין.
צווישן די טעאַטראַלע הויכפּונקטן האָט זיך באַוויזן אויף דער בינע דער יונגער קינסטלער פֿון ישׂראל, דורי ענגל, וועלכער האָט באַוויזן אַ ספּעקטאַקל באַזירט אויף יצחק באַשעוויסעס דערציילוג „גימפּל תם‟. דער בחור איז אַן אמתדיקער אַרטיסט מיט אַ מויל פֿול מיט ייִדיש, אַ מחיה.
איצט קומען די „קלעזמאַטיקס‟, בראש מיטן העכסט באַגאַבטן זינגער און שפּילער אויף פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע אינסטרומענטן — לאָרען סקלאַמבערג מיט פֿרענק לאָנדאָן און זייער אָרקעסטער. זיי האָבן פֿאַרהילכט דעם זאַל מיט זייערע זינג־שטימען און קינסטלערישער אויסטײַטשונג פֿון ייִדישן ליד און מוזיק. ממש אַ הויכפּונקט פֿון די טעאַטער־פּרעזענטאַציעס.
צווישן זיי אויך מײַן זון אַבֿרהמל האָפֿמאַן, באַקאַנט ווי אַבֿי, אַ נאָמען וואָס ער האָט זיך דאָראָבעט בעת מיר האָבן געוווינט אין ישׂראל. זײַן ייִדישע פֿאָרשטעלונג האָט געהייסן „דאָס בין איך!‟ וווּ ער האָט „אַדורכגעבלעטערט‟ זײַן קאַריערע אויף דער ייִדישער בינע זינט ער איז אַלט געווען פֿיר יאָר און אויפֿגעטראָטן צום ערשטן מאָל אין דער שלום־עליכם שול אויף ביינברידזש עוועניו אין דער בראָנקס, אין אַ פּיעסעלע וואָס הייסט „אלף אַבֿרהמל‟ ביז זײַן אויפֿטירט אין דער פֿאָלקסבינע אין „בראָנקס עקספּרעס‟, און שפּעטער אונטער זלמן מלאָטעקס „גאָלדן לענד‟ ביז דעם „נײַעם רעפּ‟ עטאַבלירט פֿון דוד מאַנדלבוים, אין אַרטור מילערס קלאַסישע דראַמע „דער טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟. פֿאַרשטייט זיך אַז ער שפּילט סײַ אויף ייִדיש סײַ אין ענגלישן טעאַטער, פֿאָרשטעלונגען און פֿילמען.
דורכן טאָג האָבן זיך פֿאַרזאַמלט ייִדישע דראַמאַטורגן, אַזוי צו זאָגן. מיך האָט מען נישט געלאָזט קומען צום וואָרט ווײַל „איך בין נישט געווען אויף דער ליסטע!!!‟ אַזוי האָט געטענהט דער פֿאָרזיצער, אַליין אַ קנאַפּער דראַמאַטיסט.
דער אמת איז אַז צווישן די פֿאַרזאַמלטע דראַמאַטיסטן, האָבן זיך געפֿינען אַ חבֿרה טעאַטער־לײַט פֿון ישׂראל, אַרײַנגערעכנט דער פּענסיאָנירטער דירעקטאָר פֿון „ייִדישפּיל‟, שמואליק עצמון, קאָבי ווײַצנער פֿון פּוילן וועלכער האָט געוויזן אַ „קאַרטון‟ פֿון אַ קינדער־מעשׂהלע, און ווי נאָר איך בין אַרײַנגעקומען און זיך געוואָלט זעצן צווישן די אַזוי גערופֿענע „ייִדישע טעאַטראַלן‟, זאָגט מיר דער פֿאָרזיצער:
„אָבער דו ביסט נישט אויף דער ליסטע, קום שפּעטער, קום מאָרגן.‟ דער פֿרימאָרגן האָט זיך אָנגעהויבן מיט ענגליש, די חבֿרה דראַמאַטורגן האָבן גענומען פּלאַפּלען אויף ענגליש, ביז באָריס סאַנדלער און שמואל עצמון האָט זיי אָפּגעשטעלט מיטן פּזמון: „ייִדיש! ווו קומט אַהער ענגליש צו אַלדע רוחות!‟
און צום סוף, אַ וווּנדערלעכע פּיעסע, געשריבן פֿון באָריס סאַנדלערן, דעם לאַנג־יעריקן רעדאַקטער פֿון פֿאָרווערטס, דראַמאַטיזירט פֿון דער אויסערגעוויינטלעכער אַקטריסע אַניק פּרימע מאַרגוליעס, מיט דער פֿאַנטאַסטישער רעזשי פֿון שאַרלאָט מעסער. די דראַמע שילדערט אַ פֿרוי אויף די עלטערע יאָרן וואָס בלײַבט אַליין, אָפּגעריסן פֿון קינדער און קרובֿים, לעבט זי מיט זכרונות פֿון איר פֿאַרגאַנגען לעבן. פֿון צײַט צו צײַט קלינגען די קינדער, אָבער דאָס איז אַ קליינע טרייסט, זי איז אײנזאַם ווי אַ קאָלעק. זי דערמאָנט זיך וועגן איר לעבן מיט איר פֿאַרשטאָרבענעם מאַן דודן, און דערציילט וואָס זיי האָבן אַדורכגעמאַכט בײַ היטלערן.
נאָך דער פֿאָרשטעלונג זײַנען מיר אַלע צוגעלאָפֿן צו באָריסן מיט די גרעסטע קאָמפּלימענטן, אים געקושט און געשריגן:
„דו האָסט אונדז געראַטעוועט!!!‟ אַזוי צו זאָגן, מיט ייִדישן קינסטלערישן וואָרט און דראַמע נאָך עפּעס אַ דורכפֿאַל.
אַלע פֿאָרשטעלונגען האָבן געהאַט אונטערקעפּלעך אויף ענגליש און רומעניש. די רומענישע רעגירונג האַלט אויס דאָס ייִדישע טעאַטער, הלוואי אויף אונדז אַמעריקאַנער ייִדן געזאָגט געוואָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.