װי לײענט מען מענדעלעס װערק הײַנט־צו־טאָג? װאָס האָט ער צו זאָגן דעם יונגן דור סטודענטן, און װי אַזױ לערנט מען זײַנע װערק?
די דאָזיקע פֿראַגעס האָט מען אַרומגערעדט בעתן אַקאַדעמישן סימפּאָזיום אינעם עמאָרי־אוניװערסיטעט אין אַטלאַנטע. די אָרגאַניזאַטאָרין, פּראָפֿעסאָר מרים אודעל, און די אָנטײלנעמער האָבן געהאַט נאָך אײן ענין בשותּפֿות. אין זײער פֿאָרשונג און לערנען האָבן זײ געשעפּט זײער אינטעלעקטועלע יניקה פֿון די װערק פֿון פּראָפֿעסאָר דוד ראָסקעס, װעלכער האָט געװידמעט דער ייִדישע שפּראַך און קולטור מער װי פֿופֿציק יאָר פֿון זײַן לעבן.
אינעם עלטער פֿון קנאַפּע פֿופֿציק יאָר האָט שלום יעקבֿ אַבראַמאָװיטש באַקומען, אין אײנעם מיט זײַן באַשעפֿעניש — מענדעלע, אַ בכּבֿודיקן טיטל „דער זײדע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור”. דער יונגער דור ייִדישע און העברעיִשע שרײַבער פֿון יענער תּקופֿה מיט שלום־עליכם און חיים נחמן ביאַליק בראָש האָבן פֿאַר מענדעלע געהאַט גרױס דרך־ארץ. אָבער װאָס מײנט דאָס בפּועל־ממש? מיט װאָס איז מענדעלע געװען חשובֿ פֿאַר זײ, און על אחת כּמה וכמה װאָס מאַכט זײַנע װערק אַקטועל הײַנט? און נאָך מער, צי לאָזן זיך זײַנע װערק בכּלל לײענען אין איבערזעצונגען אױף אַנדערע שפּראַכן?
דער גרעסטער אױפֿטו אין דער מאָדערנער מענדעלע־פֿאָרשונג איז געװען דאָס בוך „אַ פֿאַרמאַסקירטער װאַנדערער” פֿון פּראָפֿעסאָר דן מירון, װעלכער האָט אַנטפּלעקט דעם טיפֿזיניקן קינסטלערישן שפּיל הינטער אַבראַמאָװיטשעס המצאה אַרױסצוטרעטן אין דער ייִדישער ליטעראַטור אין דער געשטאַלט פֿון מענדעלע מוכר ספֿרים. דאָס האָט אַבראַמאָװיטשן דערמעגלעכט ניט נאָר אױסצומײַדן די „שאַנדע”, װאָס איז דעמאָלט געװען פֿאַרבונדן מיטן שרײַבן אױף „זשאַרגאָן”, אָבער אױך צו שאַפֿן אַ רײ ראָמאַנען אױף דעם העכסטן ליטעראַרישן ניװאָ.
אײניקע ייִדישע קריטיקער האָבן געטענהט, אַז דער פֿענאָמען פֿון אַבראַמאָװיטש־מענדעלע איז געװען אַ מין יש־מאין מעשׂה; ער האָט אַלײן געשאַפֿן סײַ ייִדישע סײַ העברעיִשע מאָדערנע ליטעראַטור. אַבראַמאָװיטש אַלײן, צוליב זײַנע אײגענע טעמים, האָט אונטערגעהאַלטן דעם דאָזיקן גלױבן. אָבער אין דער רעאַלער ליטעראַטור־געשיכטע טרעפֿן זיך אַזעלכע נסים ניט, און אַבראַמאָװיטש האָט יאָ געהאַט אַ בכּבֿודיקן ייִחוס אין דער װעלט־ליטעראַטור.
אַבראַמאָװיטשעס שורשים אין דער רוסישער ליטעראַטור האָט אַנטפּלעקט ד״ר מיטל אָר פֿון דזשאָרדזשטאַון־אוניװערסיטעט. זי האָט דערװיזן, אַז אַבראַמאָװיטש באַהאַנדלט אין זײַנע ראָמאַנען די אײגענע עטישע און פֿילאָסאָפֿישע פּראָבלעמען װי זײַן באַרימטער רוסישער מיטצײַטלער פֿיאָדאָר דאָסטאָיעװסקי. די ענלעכקײט צװישן די צװײ קלאַסיקער װערט בולט װען מען פֿאַרגלײַכט די געשטאַלטן פֿון שׂטן אין מענדעלעס „קליאַטשע” און דאָסטאָיעװסקיס „די ברידער קאַראַמאַזאָװ”. בײדע מחברים האָבן קריטיקירט די אוטיליטאַרישע טענדענץ פֿון זײער צײַט, װאָס האָט באַהאַנדלט דעם בן־אָדם װי אַ מין ניצלעכער כּלי פֿאַר פּראַקטישע צװעקן.
אַבראַמאָװיטשעס טענות צו דער קאַפּיטאַליסטישער ציװיליזאַציע האָבן אויך געהאַט אַ פּראַקטישן צד. פּראָפֿעסאָר עריק גאָלדסטײן פֿון עמאָרי־אוניװערסיטעט האָט פּרטימדיק אַנאַליזירט אַבראַמאָװיטשעס װיכּוח מיטן ניו־יאָרקער פֿאַרלאַג „היברו פּאַבלישינג קאָמפּאַני”, װאָס האָט אין 1909 אַרױסגעגעבן זײַנע װערק, ניט פֿרעגנדיק קײן הסכּמה בײַם מחבר. נאַטירלעך איז אַמבראַמאָװיטש געװען ברוגז אױף די „פּיראַטן”, װאָס האָבן אים ניט באַצאָלט פֿאַר דער אױסגאַבע. אָבער הינטער דעם געלט־ענין, האַלט פּראָפֿעסאָר גאָלדסטײן, האָט געשטעקט אַ טיפֿער קאָנפֿליקט. אין די אױגן פֿון דער אײראָפּעיִשער ייִדישער אינטעליגענץ זײַנען די אַמעריקאַנער ייִדן געװען גראָבע יונגען. מען האָט געהאַלטן די אַמעריקאַנער פֿאַר פֿיפֿיקע געשעפֿטסלײַט, װאָס האָבן אַ קנאַפּן דרך־ארץ פֿאַר דער הױכער קולטור. דערבײַ אָבער, דערקלערט גאָלדסטיין, האָט אַמעריקע זינט די 1890ער יאָרן עקספּאָרטירט די ביכער־פּראָדוקציע קײן מיזרח־אײראָפּע, װײַל צו יענער צײַט איז ניו־יאָרק שױן געװאָרן אַ װיכטיקער צענטער פֿון דער ייִדישער קולטור.
אַ ספּעציעלע זיצונג איז געװען געװידמעט מענדעלעס ראָמאַן „פֿישקע דער קרומער”, װאָס אײניקע קריטיקער האַלטן פֿאַרן סאַמע פּראָבלעמאַטישן װערק זײַנס. דער ראָמאַן פֿאַרמאָגט אַ שלל מיטן זעלטענעם עטנאָגראַפֿישן מאַטעריאַל פֿונעם לעבן פֿון ייִדישע קבצנים, דלפֿנים און שלעפּער. הײַנט װאָלט מען אַזאַ מין שילדערונג געהאַלטן פֿאַר באַלײדיקנדיק און אַפֿילו ראַסיסטיש, און מענדעלע װאָלט זיך קונה־שם געװען װי אַ „זיך־האַסנדיקער ייִד”. צי קען מען יוצא זײַן מיט אַן אַרגומענט, אַז די דאָזיקע שאַרפֿע סאַטירע איז געװען אַ מין ליבע־דערקלערונג צו דעם ייִדישן פֿאָלק?
„פֿישקע” לאָזט זיך לײענען און אױסטײַטשן אונטער פֿאַרשידענע קוקװינקלען. דאָס איז אַ װערטפֿולער היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישער דאָקומענט פֿון זײַן תּקופֿה, װאָס שידלערט דאָס לעבן פֿון די סאַמע נידעריקסטע שיכטן פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט. דאָס איז אױך אַ ראָמאַנטישע ליבע־געשיכטע, אײנע פֿון די ערשטע אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. און דאָס איז אױך אַ געשפּאַנטע אַװאַנטורישע מעשׂה װעגן צװײ געליבטע, װאָס װערן כּסדר צעשיידט דורך אומגליקלעכע אומשטאַנדן. חוץ דעם איז דאָס זײער אַ קאָמפּליצירט קונסטװערק מיט אַ רײַכן אַרסענאַל פֿון כּלערלײ ליטעראַרישע מכשירים און המצאות. און דער פּאַראַדאָקס שטעקט אין דעם, װאָס הײַנט לײענט מען כּמעט נישט דאָס דאָזיקע װערק, ניט אױף ייִדיש, ניט אױף העברעיִש. פֿאַרן ייִדישן לײענער פֿון אַ גאַנץ יאָר פֿאַרבלײַבט מענדעלע אַ געשלאָסענער קאַפּיטל אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע, און די אױפֿגאַבע פֿון די ייִדישע און העברעיִשע פֿאָרשער איז צו אַנטפּלעקן די באַהאַלטענע אוצרות פֿון זײַן שאַפֿונג פֿאַרן ברײטן עולם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.