און די סטאַנציע איז אַ קליינינקע
און עס וואַקסט דאָרט אַ קליינע כאָיִנקע,
און דער אויפֿשריפֿט איז אַן איינפֿאַכער,
דאָס איז די סטאַנציע טרעבלינקע.
ניטאָ דאָרט קיין בופֿעט
קיין שאָקאָלאַד אָדער מאַנדאַרינקע,
קיין ביכער אָדער צײַטונגס־קיאָסק
ניטאָ גאָרניט, בלויז טרעבלינקע.
ניטאָ קיין באַגאַזש־טרעגער
און קיין קאַסע איז אין בליק,
פֿאַר אַ מיליאָן אַפֿילו איז
ניט צו קריגן, אַ בילעט אויף צוריק.
קיינער דערוואַרט דיך ניט אויף דער סטאַנציע
און קיינער פֿאָכעט צו דיר מיט דער האַנט,
אין דער לופֿט הענגט אַ שטילקײט
און שטום איז דער אַרום ווי די וואַנט.
עס שווײַגט דער באַן שלאַבאַן
און עס שווײַגט די גוייִשע כאָיִנקע,
און עס שווײַגט דער שוואַרצער אויפֿשריפֿט:
דאָס איז די סטאַנציע טרעבלינקע.
און נאָך פֿון גאָר אַלטע צײַטן,
מסתּמא נאָר פֿאַר אַ שפּאַס,
איז פֿאַרבליבן אַן אַלטע רעקלאַמע:
קאָכט נאָר מיט גאַז.
דאָס איז אַ פֿראַגמענט פון וולאַדיסלאַוו שלענגעלס „טרעבלינקע”. אַפֿילו די וואָס האָבן עס נישט געלייענט, האָבן געהערט פון יצחק קאצענעלסאָנס „דאָס ליד פֿונעם אויסגעהרגטן ייִדישן פֿאָלק”. וולאַדיסלאַוו שלענגעל איז אַ סך ווייניקער באַקאַנט אין דער ייִדישער וועלט — אפֿשר צוליב דעם וואָס ער האָט נישט געשריבן אין ייִדיש, נאָר אין פּויליש.
שלענגעל איז אויך נישט געווען פֿאַרבונדן מיט די ייִדישע פּוילישע אָרגאַניזאַציעס ווי קאַצענעלסאָן. שלענגעל איז געווען אַ געוואַלדיק פּאָפּולערער שרײַבער פֿון לידער פֿאַר די פּוילישע קליינקונסט־ און קאַבאַרעט־בינעס.
אין פּוילן האָבן די גרעסטע שאַפֿערס, דאָס רובֿ פון זיי — ייִדן, געשריבן סײַ פֿאַר די בּכּבֿודיקע ליטעראַרישע שריפֿטן סײַ פֿאַר דער קליינקונסט־בינע. יוליאַן טובֿים, פּוילנס גרעסטער מאָדערנער פּאָעט, איז אַ גוטער בײַשפּיל. בּכלל קען מען זאָגן אַז אין פּוילן איז די קליינקונסט דערהויבן געוואָרן צו איר העכסטער מדרגה. ס׳איז נישט קיין צופֿאַל אַז אונדזער דזשיגאַן און שומאַכער שטאַמען פֿון פּוילן.
די מלחמה האָט אין גאַנצן משנה געווען שלענגעלס שרײַבן. זײַן שאַרפֿזין און חוש פֿאר גראַם האָט ער איצט גענוצט פֿאַר זײַנע געטאָלידער. שלענגעל אַליין האָט זיי גערופֿן לידער־דאָקומענטן. פּונקט ווי עמנואל רינגעלבלום האָט ער פֿאַרשטאַנען אַז ער שרײַבט נישט נאָר פֿאַר די אומגליקלעכע געטאָ־אײַנוווינערס, נאָר אויך פֿאַר די קומענדיקע דורות.
אַ ישׂראלדיקע גרופּע וואָס הייסט „אל המשורר” (צום פּאָעט) טוט אַלץ וואָס זי קאָן כּדי שלענגעלס פּאָעטישע קולטור־ירושה זאָל נישט פֿאַרגעסן ווערן.
אין אַ קאָנצערט אין וואַרשע האָבן זיי געזונגען שלענגעלס לידער אין דער געלונגענער העברעיִשע איבערזעצונג פֿון האַלינאַ בירענבוים.
א סך צוקוקערס האָבן אויך אונטערגעשריבן אַ פּעטיציע כּדי צו ראַטעווען דאָס הויז אויף דער וואַליצע־גאַס וווּ שלענגעל האָט געוווינט און געשאַפֿן ביז זײַן טויט אין 1942. הײַנט איז דער עיקר צו היטן דאָס הויז פֿון די בוי־פֿירמעס.
אין דער דײַטשישער וויקיפּעדיע שרײַבט מען אַז אין יאָר 1942 איז שלענגעל, נישט מיר נישט דיר, געשטאָרבן. אַ יונגער מענטש פֿון אַן ערך דרײַסיק יאָר שטאַרבט נישט סתּם אַזוי. דער אמת, פֿאַרשטייט זיך, איז אַז די דײַטשן האָבן אים דערשאָסן.
ווי מיר ווייסן, האָבן אונדזערע מערבֿדיקע שכנים אַ קאָמפּליצירטע באַציִונג מיטן אמת וואָס שייך דער צווייטער וועלט־מלחמה.
אַ פּאָר ווערטער וועגן דעם ייִדישן מוזיי — פּולין. אָפטמאָל פֿרעגן די באַזוכערס וווּ קענען זיי געפֿינען מער פּרטים וועגן זייער משפּחה. איז אַזוי. דער מוזי האָט אַן אַזוי־גערופֿענעם רעסורסן־צענטער וווּ איר קענט אויסזוכן פּרטים וועגן אײַער משפּחה, וועגן דער שטאָט אָדער שטעטל וווּ זיי האָבן געוווינט און אַזוי ווײַטער.
דער צענטער האָט סײַ ביכער סײַ עלעקטראָנישע אינפֿאָרמאַציע און אַפֿילו מענטשלעכע קאָנסולטאַנטן וואָס קענען אײַך העלפֿן מאַכן אײַערע ערשטע גענעאלאָגישע טריט.
אַגבֿ, איר מוזט נישט וואַרטן ביז איר קומט קיין וואַרשע. איך וואָלט אײַך אָבער געראָטן אַז איידער איר קומט זאָלט איר שיקן אַ בליצבריוו דערקלערנדיק וואָס איר זוכט, אויפֿן אַדרעס: resourcecenter@polin.pl.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.