דער בונד פֿרייט זיך מיט זײַן עבֿר און צוקונפֿט אין מעלבורן

The Bund Celebrates Its Past and Future in Melbourne

Daniel Goldberg

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published November 01, 2017.

װי אָפֿט װינטשט מען אַ קרובֿ אָדער אַ פֿרײַנד „ביז 120!”, און מע טראַכט נישט קײן סך דערפֿון? דער בונד-קאָמיטעט אין דער װײַטער מעלבורן, אױסטראַליע, האָט לאַנג געטראַכט װעגן דעם װי אַזױ צו פֿײַערן 120 יאָר זינט דרײַצן ייִדישע אַרבעטער און אינטעלעקטן האָבן אין 1897 זיך פֿאַרזאַמלט אינעם בױדעם פֿון אַ װילנער אײַנפֿאָר־הױז צו גרינדן דעם ייִדישן אַרבעטער־בונד פֿון רוסלאַנד, ליטע און פּױלן.


די בונדישע אָרגאָניזאַציע אין מעלבורן איז געגרינדעט געװאָרן אין 1928 פֿון חבֿר סענדער בורשטין. נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה איז זי אָפֿיציעל אַנערקענט געװאָרן פֿונעם אַלװעלטלעכן קאָאָרדיניר־קאָמיטעט פֿון בונד. לאָקאַלע בונדיסטן האָבן געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע בײַם גרינדן די אָרטיקע „פּרץ שול״ און דעם „שלום עליכם קאָלעדזש״, דעם ייִדישן הילפֿס־פֿאָנד און דעם קולטור־צענטער „קדימה”.

עליסאַ גריי זינגט דוד איידלשטאַדטס „אַרבעטער פֿרויען‟
Daniel Goldberg
עליסאַ גריי זינגט דוד איידלשטאַדטס „אַרבעטער פֿרויען‟

די פֿײַערונג דאַרף, פֿאַרשטײט זיך, אָפּגעבן כּבֿוד די אויסערגעװײנטלעכע פֿאַרגאַנגענהײט פֿון דער אָרגאָניזאַציע — סײַ אין אײראָפּע סײַ אין אױסטראַליע. און די 120 יאָר נעמען אַרום אַ סך געשיכטע װאָס איז װערט מע זאָל זי דערמאָנען.

מיר האָבן אָבער אויך פֿאַרשטאַנען אַז די פֿײַערונג דאַרף װײַזן ווי די אָרגאָניזאַציע שפּילט הײַנט אַ ראָלע אינעם קאַמף פֿאַר גלײַך־באַרעכטיקונג פֿאַר מיטגלידער פֿון דער טראַנז־באַפֿעלקערונג, דעם קאַמף לטובֿת די פּליטים, פֿאַר פֿרױען־רעכט, פֿאַר פֿרײַהײט, גלײַכהײט און גערעכטיקײט, װי אױך פֿאַרן חשיבֿות פֿון דער ייִדישער שפּראַך און די רעכט פֿון װעלטלעכע ייִדן און װעלטלעכער ייִדישער דערציִונג אין דער ייִדישער קהילה.

און מען טאָר נישט פֿאַרגעסן די צוקונפֿט פֿון דער אָרגאָניזאַציע — די סקיפֿיסטן און זײערע העלפֿער (יוגנט־פֿירער)!

די העלפֿער (יוגנט־פֿירער) פֿון „סקיף‟
Daniel Goldberg
די העלפֿער (יוגנט־פֿירער) פֿון „סקיף‟

האָט דער קאָמיטעט באַשלאָסן אַז די פֿײַערונג זאָל נישט נאָר באַשײַנען אײן נאָכמיטאָג, נאָר אַ גאַנץ יאָר. דער מעלבורנער בונד הײבט געװײנטלעך אָן זײַן קולטור־טעטיקײט אין מאַרץ, אַרום פּורים, װען דער מעלבורנער װעטער איז אַ גוטער און דער עולם איז נײַגעריק צו הערן װעלכע אַקטיװיטעטן װערן פּלאַנירט אױפֿן קומענדיקן יאָר. 

פּונקט אין דער צײַט אָרדנט די בונדישע יוגנט־גרופּע סקיף געװײנטלעך אײַן אַן אײן־טאָגיקן פֿעסטיװאַל פֿאַר מעלבורנער ייִדן װאָס הײסט „אין אײן קול”, צוזאַמען מיטן ייִדישן קולטור־צענטער און ביבליאָטעק „קדימה”. שבת־צו־נאַכט קומט פֿאָר אַ קאָנצערט פֿון לאָקאַלע מוזיקער פֿאַר יוגנטלעכע, און זונטיק בײַ טאָג קומט פֿאָר אַ קאָנצערט און גאַסן־יריד פֿון ייִדישע אָרגאָניזאַציעס, קינסטלער און עסנװאַרג װאָס צילט צו פֿאַרװײַלן די גאַנצע משפּחה.


הײַ־יאָר האָט מען פֿאַרבעטן אױפֿן פֿעסטיװאַל די חבֿרים מוזיקער דניאל קאַהן און פּסאָי קאָראָלענקאָ. זײ האָבן אױפֿגעטראָטן און דערבײַ אָנגעהױבן די מעלבורנער פֿײַערונגען פֿון 120 יאָר בונד. אין איין לאָקאַל האָבן זיי פֿאָרגעשטעלט ייִדישע אַרבעטערלידער און אין אַ צווייטן — מערסטע אָריגינעלע לידער.

דודי רינגעלבלום און זײַן זון, הילל, רעציטירן חוה ראָזענפֿאַרבס ליד, „דער בונד און מײַן טאַטע‟
Daniel Goldberg
דודי רינגעלבלום און זײַן זון, הילל, רעציטירן חוה ראָזענפֿאַרבס ליד, „דער בונד און מײַן טאַטע‟

דערצו האָבן זײ אָנגעפֿירט מיט אַ װאַרשטאַט ווי איבערצוזעצן אױף און פֿון ייִדיש פֿאַר די װעלכע אינטערעסירן זיך אין שרײַבן לידער. זײ האָבן באַזוכט די שלום עליכם פֿאָלקשול, האָבן מיטגעאַרבעט מיטן בונדס ייִדישן כאָר פֿאַר דערװאַקסענע אױפֿן נאָמען „מיר קומען אָן”. צו גיך זענען זיי אָבער אַװעק פֿון אױסטראַליע!

מעלבורן איז אױך דער יערלעכער גאַסטגעבער פֿון אַ פֿעסטיװאַל פֿון כּלהמינים ייִדישער מוזיק. אײנער פֿון די הײַיאָריקע געסט איז געװען די באַרימטע ניו־יאָרקער קאַפּעליע „קלעזמאַטיקס”. איר הױפּט־זינגער, לאָרען סקלאַמבערג, איז אױך דער דירעקטאָר פֿונעם קלאַנג־אַרכיװ בײַם ניו־יאָרקער ייִװאָ. אין מעלבורן האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ װאַרשטאַט װעגן ייִדישע אַרבעטער־לידער פֿאַרן בונד, װאָס ער האָט באַצירט מיט דוגמאות פֿונעם אַרכיװ און פֿון זײַן אײגענעם ברײטן רעפּערטואַר.

סוכּות — אַרום דער צײַט װען דער בונד איז געגרינדעט געװאָרן — איז פֿאָרגעקומען אַ יוביליי־אונטערנעמונג. עס זײַנען בײַגעװען פֿיר דורות מעלבורנער בונדיסטן אין עלטער פֿון 3 יאָר ביז 95 יאָר. די ייִנגסטע איז געבױרן געװאָרן אין מעלבורן און דער עלטסטער — אין לאָדזש. דער עולם איז געזעסן בײַ רױט־געדעקטע טישן און גלײַך בײַם אָנהײב האָט דער פֿאָרזיצער באַגריסט צװײ װעטעראַנען פֿונעם בונד אין מעלבורן, די חבֿרים יאָסל װינקלער און משה אײַזענבוד, װעלכע האָבן נישט געקענט בײַזײַן צוליב זײער טיפֿן עלטער און געזונט־צושטאַנד.

עס האָבן אױפֿגעטראָטן צװײ כאָרן — דער סקיף־כאָר און דער „מיר קומען אָן” כאָר — מיט ייִדישע אַרבעטער־לידער װי אױך לידער געשריבענע פֿון מעלבורנער בונדיסטן. די אײניקלעך פֿון די צװײ ערשטע סקיף־העלפֿער אין מעלבורן, די געװעזענע װאַרשעװער סקיפֿיסטן שׂמחה בורשטין און פּיניע רינגעלבלום, האָבן אָנטײלגענומען אינעם סקיף־כאָר.

לאָקאַלע ייִדישע אַקטיאָרן אין עלטער פֿון 10 יאָר ביז … [מע זאָגט נישט אױס װי אַלט] האָבן אויפֿגעטראָטן, סאָליסטן האָבן געזונגען און דניאל קאַהאַן און פּסאָי קאָראָלענקאָ האָבן צוגעשיקט אַ פֿילמירטע באַגריסונג אין װעלכן זײ האָבן געזונגען אַ דרײַ־שפּראַכיקע װערסיע פֿון ש. אַנסקיס „אין זאַלציקן ים”.

פֿריידי מראָצקי זינגט אַ ליד געשריבן פֿונעם מעלבורנער בונדיסט מאיר זייבל, „אַ פֿרײַנדלעכע האַנט‟
Daniel Goldberg
פֿריידי מראָצקי זינגט אַ ליד געשריבן פֿונעם מעלבורנער בונדיסט מאיר זייבל, „אַ פֿרײַנדלעכע האַנט‟

מע האָט אויך געװיזן אַ טײל פֿון אַ פֿילמירטן אינטערװיו מיטן צו פֿרי געשטאָרבענעם חבֿר שמואליק „סלאָגאָ” סלוצקי, װאָס איז געװען אַ לאַנג־יאָריקער מיטגליד פֿונעם מעלבורנער בונד־קאָמיטעט. מע האָט אױסגעשפּילט חוה ראָזענפֿאַרבס פּאָעמע „דער בונד און מײַן טאַטע” און די טאָכטער און אײניקלעך פֿון חבֿרטע חיהטשע לערמאַן האָבן גערעדט, פֿילמירטערהײט, װעגן דער השפּעה אױף זײערע משפּחות פֿונעם װיגליד װאָס חיהטשע האָט געזונגען אינעם פֿילם „מיר קומען אָן” און װאָס דער ייִנגסטער דור, װאָס שטעלט פֿאָר אױף ייִדיש אונטערן נאָמען „די באַשעװיס־זינגערס”, האָט אַרײַנגענומען אין זײַן ערשטן קאָמפּאַקטל.

דאָס מעלבורנער קולטור־יאָר האָט זיך נאָך נישט געענדיקט און די פֿײַערונגען לכּבֿוד 120 יאָר ייִדישער אַרבעטער בונד גייען ווײַטער. אין חודש נאָװעמבער װעט פֿאָרקומען דער יערלעכער „באָנאָ װינער אָנדענק־רעפֿעראַט”. דער רעפֿערענט װעט זײַן דער באַקאַנטער אױסטראַלישער זשוריסט דזשוליען בערנסײַד, װאָס װעט רעדן װעגן דער לאַגע פֿון געפֿאַנגענע פּליטים װעמען די אױסטראַלישע רעגירונג לאָזט נישט אַרײַן אין לאַנד. דער פֿאָרזיצער פֿונעם אָװנט װעט זײַן דער אױסטראַלישער ראָמאַניסט און פּאָליטישער אַקטיװיסט אַרנאָלד זײבל, װאָס איז אױך אַ לאַנג־יאָריקער מיטגליד פֿונעם מעלבורנער בונד קאָמיטעט.

דערווײַל — זאָל לעבן דער בונד ביז 240!