די ייִדישע שפּראַך און קולטור אין ניו־יאָרק וועט זײַן די טעמע פֿון אַ סעריע רעפֿעראַטן און קאָנצערטן בײַ ישׂראלס מלוכישן מוזיי געווידמעט דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין גלות — „בית־התּפֿוצות‟. די סעריע, „די גאָלדענע שטאָט ניו־יאָרק — תּרבות היידיש בניו יורק‟ ווערט אָרגאַניזירט בשותּפֿות מיטן תּל־אָבֿיבֿער ייִדישן קולטור־צענטער „בית־שלום־עליכם‟.
די אַכט פּראָגראַמען, אָרגאַניזירט דורך רבֿקה אדרת מיט אַקאַדעמישע עצות פֿון ד״ר אַבֿיבֿה טל (בר־אילן אוניווערסיטעט), וועט אַרײַננעמען רעפֿעראַטן, פּיעסעס, קאָנצערטן און פֿילמען. די אונטערנעמונגען וועלן פֿאָרקומען איין מאָל אַ חודש אין אַ פֿרײַטיק, פֿון 9 ביז 11 אַ זייגער אין דער פֿרי. די רעפֿעראַטן וועט מען האַלטן אויף העברעיִש.
אין דער ערשטער פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען דעם 17טן נאָוועמבער, וועט ד״ר קימי קאַפּלאַן אַרומרעדן די געשיכטע פֿון די 2.5 מיליאָן ייִדן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין אַמעריקע במשך פֿון די יאָרן 1870־1924. אינעם מוזיקאַלישן טייל פֿון פּראָגראַם וועלן די חזנים צבֿי ווײַס און סײַמאָן כּהן פֿאָרשטעלן אַ קראַנץ חזנות־שטיקלעך וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט ניו־יאָרק.
אָט איז אַ רשימה פֿון די אַנדערע פּלאַנירטע פּראָגראַמען במשך פֿונעם יאָר:
דעם 22סטן דעצעמבער: ד״ר מתן הרמוני וועט פֿאָרלייענען אויסצוגן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס שילדערן ניו־יאָרק און ד׳׳ר רבֿקה אדרת וועט ווײַזן זעלטענע פֿילמען פֿונעם אַמאָליקן „איסט־סײַד‟.
דעם 19טן יאַנואַר: ד״ר מאָטי זאַלקין וועט אַרומרעדן דעם אופֿן ווי אַזוי שטעטלדיקע ייִדן האָבן זיך צוגעפּאַסט צו דער שטאָט ניו־יאָרק. אינעם מוזיקאַלישן טייל פֿון פּראָגראַם וועלן ענת עצמון, מאָניקע ורדימון און עופֿר גולן אויפֿטרעטן מיט לידער פֿון די שוועסטער־בערי.
דעם 16טן פֿעברואַר: ד״ר נתּי כּהן וועט רעפֿערירן וועגן די אַמעריקאַנער תּקופֿה פֿון די שרײַבער ישׂראל־יהושע זינגער און יצחק באַשעוויס־זינגער. אין דעם מוזיקאַלישן טייל פֿון פּראָגראַם, „אַ ייִדישע אַקטריסע‟, געשאַפֿן פֿון דאָרי ענגל, וועלן מירי רעגנדאָרפֿער און דאָרי ענגל פֿאָרשטעלן די פּאָפּולערסטע לידער פֿונעם ניו־יאָרקער ייִדישן טעאַטער, ווי אויך עטלעכע לידער פֿון סאָפֿיע טאָקער.
דעם 16טן מאַרץ: ד״ר אַבֿרהם נאָווערשטערן וועט דערציילן וועגן די מעלאָדראַמאַטישע שפּילן פֿון יעקבֿ גאָרדין. אינעם צווייטן טייל פֿון פּראָגראַם וועט ד׳׳ר אַבֿיבֿה טל רעפֿערירן וועגן מאָריס שוואַרצס קונסט־טעאַטער.
דעם 13טן אַפּריל: ד״ר אַבֿרהם נאָווערשטערן וועט רעפֿערירן וועגן דעם אויפֿקום פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין ניו־יאָרק און בני מער וועט שילדערן די ראָלע פֿונעם פֿאָרווערטס׳ לעגענדאַרן עצה־רובריק „אַ בינטל בריוו‟.
דעם 11טן מײַ: ד״ר דוד ראָסקעס וועט רעפֿערירן אויף דער טעמע „די ייִדיש־שפּראַכיקע דערציִונג אין ניו־יאָרק.‟ אינעם מוזיקאַלישן טייל פֿון פּראָגראַם וועט מען פֿאָרלייענען אויסצוגן פֿון דוד פּינסקיס שפּיל „יאַנקל דער שמיד‟. עס וועלן אָנטיילנעמען דאָרי ענגל, אליאן דבאל־שור, מירי רעגנדאָרפֿער, און ניבֿ שאַפֿיר.
דעם 15טן יוני: ד״ר אַבֿיבֿה טל וועט רעדן וועגן דעם מאָדערניזם אין דער ניו־יאָרקער ייִדישער פּאָעזיע. אין דעם מוזיקאַלישן טייל פֿון פּראָגראַם „אַ בריוועלע דער מאַמען: דער קלאַנג פֿון שטעטל אין דער שטאָט פֿון חלומות‟ וועט ווירע לאָזינסקי אויפֿטרעטן מיט אַ קראַנץ לידער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.