אין װאַרשע געפֿינט זיך אַ מיטלשול װוּ מע קען זיך לערנען ייִדיש (מסתּמא די אײן־און־אײנציקע מיטלשול אַזאַ אין גאַנץ אייראָפּע). איך האָב לעצטנס גראַדויִרט די שול און בין אַליין געווען דאָרט אַ ייִדיש־סטודענטקע.
דאָס איז דווקא ניט קײן ייִדישע מיטלשול. זי הײסט די „מולטיקולטורעלע הומאַניסטישע מיטלשול אין נאָמען פֿון יאַצעק קוראָן‟. זי איז געגרינדעט געוואָרן אין 2006 און געפֿינט זיך אין אַ טײל פֿונעם בנין פֿון דער ייִדישער קהילה אױף קלאָפּאָטאָװסקיעגאָ גאַס 31. אַן ערך 100 תּלמידים און תּלמידות לערנען זיך דאָ.
די מיטלשול איז אייגנאַרטיק ניט נאָר װײַל מע קען זיך לערנען ייִדיש. מיר האָבן אױך אַנדערע אינטערעסאַנטע לימודים ווי פֿילאָסאָפֿיע, קונסט־געשיכטע, ייִדישע געשיכטע און קולטור, אַ ליטעראַטור־סעמינאַר, אַ וואַרשטאַט וואָס הייסט „די הײַנטיקע װעלט‟, אַ פּראָיעקט וואָס הייסט „פּראַגאַ‟ (װעגן דעם טײל פֿון װאַרשע װוּ אונדזער מיטלשול געפֿינט זיך) און אַ צווייטער סעמינאַר וואָס הייסט בלויז „פּראָיעקט‟ װוּ מיר קלײַבן אױס אײנעם פֿון עטלעכע פֿאָרלײגן (למשל, איבערזעצן עמאַ גאָלדמאַנס בוך פֿון ענגליש אויף פּויליש). פֿאַרשטײט זיך לערנט מען דאָ אױך אַלע געוויינטלעכע לימודים װי געשיכטע, מאַטעמאַטיק, ביאָלאָגיע, אאַז״װ. מיר לערנען זיך אָבער ניט רעליגיע (אין כּמעט אַלע אַנדערע פּױלישע מיטלשולן לערנט מען יאָ רעליגיע).
און ייִדיש? אַלע לערנען זיך דאָ דרײַ פֿרעמדע שפּראַכן: 1) ענגליש, 2) דײַטש, שפּאַניש, פֿראַנצײזיש, רוסיש אָדער איטאַליעניש און 3) לאַטײַן, אַראַביש אָדער ייִדיש.
אַ סך מענטשן פֿרעגן מיך פֿאַרװאָס האָב איך אױסגעקליבן ייִדיש. אין דער אמתן האָב איך צוערשט אױסגעקליבן לאַטײַן. אָבער מײַן פֿרײַנד האָט מיר געזאָגט אַז דאָס איז ניט קײן גוטער אױסקלײַב און מײַן פֿילאָסאָפֿיע־לערער, סעבאַסטיאַן מאַטושעװסקי, האָט אַזױ שײן גערעדט װעגן ייִדיש און וועגן דעם ייִדיש־לערער, מאַציִײ לאַגאָדזינסקי, און פֿאַרװאָס מע זאָל זיך לערנען ייִדיש, אַז סוף־כּל־סוף האָב איך אױסגעקליבן ייִדיש.
אױף די ייִדיש־לעקציעס (צװײ שעה אַ װאָך, צװײ יאָר לאַנג) לערנען מיר זיך דעם אַלף־בית, גראַמאַטיק און מיר לײענען ייִדישע טעקסטן. איצט זײַנען דאָ אַכט תּלמידים און ּתּּלמידות אין ערשטן קלאַס און זיבן אין צװײטן יאָר. אױב מע װיל קען מען זיך לערנען נאָך צװײ שעה אַ װאָך (וואָס איז מעגלעך אין דעם דריטן יאָר). אין יענע פֿאַרברייטערטע לעקציעס לערנען מיר זיך מער גראַמאַטיק, נאָך טעקסטן און מיר זעצן איבער ייִדישע לידער: די זעלבע װאָס מיר זינגען יעדן יאָרטאָג פֿונעם אױפֿשטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ ווי, למשל, „זאָג ניט קײנמאָל‟ — ס׳איז אַ טראַדיציע פֿון אונדזער מיטלשול. אױך סטודענטן און סטודענטקעס װאָס לערנען זיך ניט ייִדיש זינגען (אָבער קײנער מוז ניט).
אָבער פֿאַר װאָס ייִדיש? פֿאַר װאָס לערנט מען זיך דעם לימוד „ייִדישע געשיכטע און קולטור‟? פֿון װאַנען שטאַמט די טראַדיציע צו זינגען יעדעס יאָר די ייִדישע לידער? אױף װיפֿל איך װײס איז די סיבה פּשוט: ייִדישע געשיכטע איז אַ װיכטיקער טײל פֿון דער פּױלישער געשיכטע.
װען איך שרײַב װעגן דער מיטלשול, מוז איך שרײַבן אױך װעגן איר פּרינציפּ פֿון דירעקטער דעמאָקראַטיע. יעדעס יאָר האָבן מיר עטלעכע אַסיפֿות וווּ מיר רעדן װעגן אַלץ װאָס ס׳איז אונדז װיכטיק. מיר קענען, למשל, בײַטן װי לאַנג זײַנען די הפֿסקות, אָבער בעיקר שמועסן מיר װעגן פּראָבלעמען, נײַע אידעעס, װעגן זאַכן צו טאָן.
די װיכטיקסטע אין יעדער מיטלשול זײַנען, מײן איך, די לערערס און לערערקעס און בײַ אונדז זײַנען זיי װוּנדערלעך! מע קען זען אַז זײ זײַנען אמתדיק איבערגעגעבן און האָבן ליב זײער אַרבעט. מאַציִײ האָט מיט אונדז געלערנט די לעקציעס פֿון ייִדיש אין פֿאַרברײטערטן מאָדוס נאָכן שולטאָג װײַל ס׳איז פּשוט ניט געװען קײן אָרט אין אונדזער צײַטפּלאַן. סעבאַסטיאַן האָט מיר איין מאָל דעם גאַנצן װעג צוריק פֿון אַ פֿילאָסאָפֿישער רײַזע (דאָס הײסט, אַרום 4־5 שעה) מיט אַ סך געדולד דערקלערט די פֿילאָסאָפֿיע פֿון פּלאָטינוס װײַל ס׳איז געװען זײער שװער פֿאַר מיר. און װען איך האָב ניט פֿאַרשטאַנען מאַרקסעס טעקסט װעגן „אָפּפֿרעמדונג‟ האָבן מיט מיר אַזש פֿיר לערערס און לערערקעס װעגן דעם גערעדט און מאַציִײ האָט מיט מיר נאָך אַ מאָל געלײענט דעם טעקסט און דערקלערט אים. זײער װיכטיק איז אַז סעבאַסטיאַן און מאַציִײ זײַנען ניט די אױסנאַמען — ס׳רובֿ פֿון די לערערס דאָ זײַנען אַזוי.
מיט די מערסטע פֿון אונדזערע לערערס דוצן מיר זיך און חכמהן זיך אַ סך. דערפֿאַר זײַנען מיר מיט זײ נעענטער װי געוויינטלעכע תּלמידים און תּלמידות זײַנען מיט זײערע לערערס. עס איז װיכטיק װײַל װען מיר האָבן געוויסע פּראָבלעמען (און צווישן 16 און 19 יאָר קען מען האָבן אַ סך פּראָבלעמען!) איז מער באַקװעם צו רעדן װעגן דעם מיט מענטשן װאָס קענען אונדז גוט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.