עס איז ניט גוט באַקאַנט, אַז מיזרח־גאַליציע איז געװען אײנע פֿון די סאַמע ערשטע געגנטן, װוּ מען האָט אָנגעהױבן אַרױסצובאַקומען נאַפֿט, נאָך אינעם נײַצנטן יאָרהונדערט.
די נײַע אינדוסטריע האָט געענדערט די נאַטור־לאַנדשאַפֿט פֿון ייִשובֿים אַרום דראָביטש (הײַנט דראָהאָביטש אין אוקראַיִנע) און שטאַרק באַװירקט די עקאָנאָמיע. די אַנטדעקונג פֿון נאַפֿט האָט אױך גורם געװען שאַרפֿע קאָנפֿליקטן און ביטערע קאָנקורענץ, װאָס האָט זיך צומאָל אױסגעלאָזט אין בלוט־פֿאַרגיסונג.
אין דער אמתן האָט אין דער ערד פֿון גאַליציע זיך דווקא ניט געפֿונען קײן סך נאַפֿט. נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה, ווען דער אַלװעלטלעכער נאָכפֿרעג נאָך נאַפֿט־פּראָדוקטן איז שטאַרק געװאַקסן איז דער אַרױסבאַקום פֿון נאַפֿט אין גאַליציע געגאַנגען פּאַמעלעך. אָבער דװקא אין גאַליציע האָט מען פֿאַרטראַכט די נײַע טעכנאָלאָגישע מעטאָדן, װאָס האָבן דערמעגלעכט אַרױסצוציִען נאַפֿט פֿון אונטער דער ערד און צו באַאַרבעטן די רױע נאַפֿט, כּדי צו באַקומען קעראָסין, בענזין, און אַנדערע מינים ברענשטאָף.
די נאַפֿט־אינדוסטריע האָט אױך איבערגעלאָזט שפּורן אין פֿאַרשידענע ליטעראַטורן פֿון דער געגנט. מען טרעפֿט זײ אין די דערצײלונגען פֿון ברונאָ שולץ, דעם פּױליש־ייִדישן שרײַבער װאָס פֿאַרנעמט הײַנט־צו־טאָג אַ חשובֿ אָרט אינעם מאָדערניסטישן קאַנאָן. װעגן נאַפֿט־אינדוסטריע און ייִדישע נאַפֿט־מאַגנאַטן האָט קריטיש געשריבן דער קלאַסיקער פֿון דער אוקראַיִנער ליטעראַטור איװאַן פֿראַנקאָ. אָבער די סאַמע פּרטימדיקע שילדערונג פֿון דער דאָזיקער געשיכטע געפֿינט מען אינעם ייִדישן ראָמאַן „ייִדישע נאַפֿט־מאַגנאַטן” פֿון יחיאל (זשוליען) הירשהױט (1908–1983), װאָס איז אַרױס איּן בוענאָס־אײַרעס אין דער סעריע „דאָס פּױלישע ייִדנטום” אין 1954.
הירשהױט איז געװען אַ מערקװירדיקע פּערזענלעכקײט, װאָס װאַרט נאָך אױף אַ גרונדיקער פֿאָרשונג. געבױרן אין דראָביטש, װאָס איז דעמאָלט געװען אין עסטרײַך־אונגאַרן, האָט ער שטודירט יוריספּרודענץ און פּאָליטישע עקאָנאָמיק אינעם לעמבערגער אוניװערסיטעט און איז געװען טעטיק אין דער ציוניסטישער באַװעגונג אין פּױלן. פֿאַר דער מלחמה האָט ער געדרוקט אַרטיקלען אין פּױלישע און ייִדישע צײַטשריפֿטן. בעת דער נאַציסטישער אָקופּאַציע האָט ער זיך דרײַ יאָר פֿאַרבאַהאַלטן מיט פֿאַלשע „אַרישע” דאָקומענטן. אין 1943 האָט מען אים געכאַפּט און אַרײַנגעװאָרפֿן אין דער „פּאַװיאַק” תּפֿיסה אין װאַרשע, אָבער עס האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו אַנטלױפֿן.
גלײַך נאָך דער מלחמה האָט הירשהױט געזאַמלט גבֿית־עדותן װעגן דעם חורבן אין פּױלן. אין 1946 האָט ער עמיגרירט קײן פֿראַנקרײַך און אין 1951 זיך באַזעצט אין אַמעריקע, געדינט װי דער פּרעזידענט פֿונעם ייִדישן „פּען”־קלוב און װי דער אױספֿיר־דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן קולטור־קאָנגערס. ער האָט אָנגעשריבן זכרונות װעגן „פּאַװיאַק”, ביאָגראַפֿישע שטודעס װעגן די גאַליציאַנער ייִדישע היסטאָריקער יצחק שיפּער און מאיר באַלאַבאַן. הירשהױט איז ניט געװען קײן פּראָפֿעסיאָנעלער ראָמאַניסט און זײַן אײנציקער ראָמאַן איז אַ מין בעלעטריזירטע היסטאָרישע קראָניק, װאָס דערצײלט די ברײטערע געשיכטע פֿון דער נאַפֿט־אינדוסטריע אױפֿן סמך פֿון משפּחה־געשיכטעס פֿון אַ פּאָר הצלחהדיקע נאַפֿט־מאַגנאַטן. איצט איז זײַן ראָמאַן אַרױס אױף ענגליש, באַגלײט מיט אַ היסטאָרישער פֿאָרשונג פֿון װאַלערי שאַצקער.
די געשיכטע הײבט זיך אָן פֿון אַ צופֿעליקער אַנטדעקונג. די געגנט אַרום דעם דאָרף באָריסלעװ איז תּמיד געװען בלאָטיק, אָבער די בלאָטע איז געװען ניט קײן געװײנטלעכע׃ „װען מ׳האָט גענומען גראָבן אַ ברונעם, איז אַנשטאָט װאַסער אונטערגעקומען װידער די זעלבע שטינקענדע פֿליסיקײט.” נאַפֿט איז געװען אַן אָנשיקעניש װײַל „מענטש און בהמה זענען אױסגעגאַנגען פֿון הונגער און דורשט.” לכתּחילה האָבן ייִדן אױסגעפֿונען, אַז מען קאָן אױסנוצן אַ נאַפֿט־בײַפּראָדוקט, װאָס זײ האָבן אָנגערופֿן „ערד־װאַקס” װי אַ חומר פֿאַר מאַכן שבת־ליכט. אָבער דער דאָזיקער װאַקס האָט זיך גענײטיקט אין אַ רײניקונג. אױף דער דאָזיקער המצאה איז על־פּי צופֿאַל געפֿאַלן אײנער אַ ייִד, און זײַנע רײניקליכט זײַנען געװאָרן אַ „זײער חשובֿע סחורה” בײַ ייִדן. אָבער דער ריכטיקער איבערקער איז געקומען װען מען האָט אױסגעפֿונען אַ טעכנאָלאָגיע פֿון דעסטילירן נאַפֿט און באַקומען פֿון איר אַ פֿליסיקן ברענשטאָף. דאָס האָט געבראַכט נײַע מענטשן פֿון לעמבערג און װין קײן באָריסלעװ, און זײ האָבן איבערגענומען דאָס געשעפֿט בײַ די אָרטיקע פּשוטע ייִדן.
די געשיכטע, װאָס הירשהױט דערצײלט אין זײַן לאַנגן און פּרטימדיקן ראָמאַן, איז ניט קײן נײַע. קאַפּיטאַליזם האָט מיטגעבראַכט שאַרפֿע פּאָליטישע, עקאָנאָמישע און סאָציאַלע פּראָבלעמען אין דער סטאַטעטשנער צוריקגעשטאַנענער געזעלשאַפֿט פֿון מיזרח־אײראָפּע. אײניקע יחידים זײַנען געװאָרן רײַך, אָבער דאָס רובֿ פֿון דער באַפֿעלקערונג איז פֿאַרשקלאַפֿט געװאָרן צו דעם נײַעם קאַפּיטאַליסטישן „מולך”. אַן ענלעכע געשיכטע דערצײלט ישׂראל יהושע זינגער אין זײַן ראָמאַן „די ברידער אַשכּנזי”, װאָס באַהאַנדלט די אַנטװיקלונג פֿון דער טעקסטיל־אינדוסטריע אין לאָדזש.
װי אַ ראָמאַניסט איז הירשהױט ניט אַזױ באַגאַבט װי י. י. זינגער און פֿאַרן הײַנטיקן לײענער איז זײַן ראָמאַן אינטערעסאַנט קודם־כּל װי אַ היסטאָרישער דאָקומענט. ער אַלײן איז געװען אַן עדות פֿון דעם אױפֿקום און דער ירידה פֿון דער נאַפֿט־פּראָדוקציע אין גאַליציע, און האָט פּערזענלעך געקענט אײניקע װיכטיקע פֿיגורן אינעם דאָזיקן געשעפֿט. זײַן געשיכטע ענדיקט זיך מיטן טױט פֿונעם קיסר פֿראַנץ יאָזעף אין 1916, װאָס איז געװען אַ פֿאָרױסזאָג אױפֿן צעפֿאַל פֿון דער האַבסבורגער אימפּעריע. דעם קיסרס טױט פֿאַלט זיך סימבאָליש צונױף מיטן טױט פֿונעם הױפּטהעלד פֿונעם ראָמאַן, דעם ייִדישן נאַפֿטמאַגנאַט משה גאַרטענבערג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.