צום ערשטן מאָל אין איבער הונדערט יאָר האָט זיך לעצטנס געעפֿנט אַ נײַע שיל אין דער היימשטאָט פֿון מאַרק שאַגאַל.
די ייִדישע קהילה פֿון וויטעבסק, 155 מײַל אויף צפֿון־מיזרח פֿון דער ווײַסרוסישער הויפּטשטאָט מינסק, האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש געפּראַוועט דעם חנוכּת־הבית פֿון דער נײַער שיל צוזאַמען מיט אַ ריי מלוכישע באַאַמטע און גלחים.
דער הויפּט־רבֿ פֿון וויטעבסק, מאַלקיִעל גאָרגאָדאָזע, האָט צוגעקלעפּט אַ מזוזה בײַם אַרײַנגאַנג פֿון דער שיל, וואָס מע האָט געבויט ניט ווײַט פֿונעם מוזיי געווידמעט דעם לעבן פֿונעם באַרימטן קינסטלער. די אָרטיקע רעגירונג האָט אונטערגעשטיצט דעם פּראָיעקט. די שיל, „אוהל דוד‟, האָט מען געמאַכט פֿון רויטע ציגל, אַ באַרימטער סימבאָל פֿון דער שטאָט וויטעבסק.
„היסטאָריש איז וויטעבסק געווען אַ ייִדישע שטאָט,‟ האָט געזאָגט לעאָניד טאָמטשין, דער פֿאָרזיצער פֿון דער וויטעבסקער ייִדישער קהילה. טאָמטשין האָט ווײַטער דערקלערט בשעת זײַן רעדע אויף דער חנוכּת־הבית, אַז בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט זענען אין דער שטאָט געווען 64 שילן.
„הײַנט איז דאָ, צום באַדויערן, בלויז איינע,‟ האָט טאָמטשין געזאָגט. „די דאָזיקע שיל וועט אָבער פֿאָרט זײַן אַ צענטער פֿונעם ייִדישן לעבן.‟
ביז לעצטנס האָבן די וויטעבסקער ייִדן געדאַוונט אין אַ פּריוואַטער דירה אָבער צוליב דעם וואָס די צאָל מתפּללים איז אום יום־טובֿ געווען צו גרויס, האָט מען געדאַרפֿט בויען אַ געהעריקע שיל.
דער באַרימטער קוביסטישער מאָלער מאַרק שאַגאַל איז געבוירן געוואָרן אינעם ווײַסרוסישן שטעטל ליאָזנע, ניט ווײַט פֿון וויטעבסק אין 1887 מיטן נאָמען משה סעגאַל. די שטאָט וויטעבסק, מיט זײַנע פּרעכטיקע קלויסטערס און שילן, האָט שטאַרק געווירקט אויף זײַנע שאַפֿונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.