„אויף דער בריק פֿון אַוויניאָן, טאַנצן מיר, טאַנצן מיר, אויף דער בריק פֿון אַוויניאָן, טאַנצן אַלע מיר אין קאָן‟. דאָס דאָזיקע אַלטע פֿראַנצויזישע לידל, באַקאַנט זינט דעם 15טן יאָרהונדערט, קענען אַלע קינדער אין פֿראַנקרײַך.
אין דער אמתן, איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, ווי אַזוי אַן עולם קאָן דאָרטן טאַנצן אין קאָן. אַזוי ווי אַ סך אַנדערע מיטל־עלטערלעכע קאָנסטרוקציעס, איז די בריק אַמאָל געווען אַ סך שמאָלער ווי הײַנט. דער סוד פֿונעם ליד באַשטייט אין דעם אַז מע פֿלעגט פּראַווען חתונות אונטער דער בריק. מיט דער צײַט האָט דאָס פֿאָלק פֿאַרפּלאָנטערט דעם נוסח און געביטן די פּרעפּאָזיציע אינעם לידל.
ווי גאָר אַ וויכטיקע היסטאָרישע שטאָט, ציט אַוויניאָן צו טוריסטן אַפֿילו אין האַרבסט. אויפֿן פּלאַץ פֿאַרן באַרימטן פּאַלאַץ פֿון די פּויפּסטן האָב איך געהערט רוסיש, ענגליש, דײַטשיש, כינעזיש און אַנדערע שפּראַכן. קענגאיבער דעם פּאַלאַץ וואַרפֿט זיך אין די אויגן די שילד, וואָס ווײַזט אָן אויפֿן געוועזענעם ייִדישן קוואַרטאַל, וווּ מיט איבער 800 יאָר צוריק איז געשטאַנען אַן אַלטע שיל — טאַקע לעבן דער היסטאָרישער בריק. אין דער נײַערער בית־הכּנסת, אויפֿגעשטעלט אין 1785-1787 און איבערגעבויט נאָך אַ שׂרפֿה אין 1845, פֿאַרזאַמלט זיך כּסדר אַ קליינער מנין. דאָס ייִדישע לעבן גייט דאָ ווײַטער אָן.
בײַ ייִדן איז אַוויניאָן אַמאָל געווען באַקאַנט אונטערן נאָמען „עיר־הגפֿנים‟ — די שטאָט פֿון ווײַנגאָרטנס. אינעם יאָר 390 איז דאָרטן שוין געווען אַ ממשותדיקע ייִדישע קהילה, וועלכע האָט אָרגאַניזירט אַן אויפֿשטאַנד קעגן דעם שטאָטישן ביסקופּ סטעפֿאַן. אין דער קריסטלעכער וועלט איז אָבער די שטאָט צום מערסטן באַוווּסט אין שײַכות מיטן מחלוקת, וועלכער האָט שיִער נישט צעשפּאָלטן די גאַנצע רוימיש־קאַטוילישע קירך.
אין 1309 האָט דער פֿראַנצויזישער פּויפּסט קלעמענט דער פֿיפֿטער באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן רוים און זיך באַזעצט אין אַוויניאָן. במשך פֿון כּמעט 70 יאָר איז דאָרטן געווען די אָפֿיציעלע רעזידענץ פֿון זיבן קאַטוילישע הויפּטפֿירער. ווען דער זיבעטער אַוויניאָנער פּויפּסט, גרעגאָרי דער עלפֿטער, האָט זיך אומגעקערט קיין רוים, האָבן אַ טייל קריסטן זיך אײַנגעעקשנט און אויסגעקליבן אַ צווייטן ראָש אין אַוויניאָן. דאָס מחלוקת האָט גורם געווען אַ פֿינף־יאָריקע מלחמה, נאָך וועלכער דער לעצטער אָרטיקער פּויפּסט, בענעדיקט דער אַכטער, איז אַנטלאָפֿן פֿון דער שטאָט.
במשך פֿון זײַן ווײַטערדיקער קאַריערע, האָפֿנדיק צו פֿאַרנעמען ווידער אַ שליסל־פּאָזיציע אין דער קירך, האָט דער דאָזיקער פּערסאָנאַזש אָנגעפֿירט מיט אַ גאַנצער סעריע אַנטיסעמיטישע רדיפֿות אין שפּאַניע, בשותּפֿות מיט זײַן פּערזענלעכן ייִדישן דאָקטער, אַ פֿאַרביסענעם משומד. במשך פֿונעם פּעריאָד, ווען אַוויניאָן איז געווען דער אָפֿיציעלער קירך־צענטער, האָבן אָבער ייִדן דאָרטן געוווינט רעלאַטיוו רויִק. אינעם יאָר 1348 האָבן די אָרטיקע אַנטיסעמיטן באַשולדיקט די ייִדן אינעם פֿאַרשפּרייטן די פּעסט־מגפֿה און אָנגעהויבן אַ פּאָגראָם; דער פּויפּסט האָט באַשיצט די קהילה און אײַנגעשטילט דעם צעיושעטן המון.
מוז איך זאָגן, אַז דער היסטאָרישער פּאַלאַץ פֿון פּויפּסטן איז אַ ריזיקער, אָבער ווײַט נישט דער שענסטער אין דער וועלט. לכתּחילה אויפֿגעשטעלט גיכער ווי אַ פֿעסטונג, מיטן פּראַגמאַטישן אַקצענט אויף שוץ־ענינים, האָט ער דערצו געליטן פֿון אַ צאָל בלוטיקע קאָנפֿליקטן, ווי אויך בעת דער פֿראַנצויזישער רעוואָלוציע. אַ טייל זאַלן זעען אויס נעבעכדיק צעקלאַפּט. פֿונדעסטוועגן, בלײַבט ער איינער פֿון די וויכטיקסטע בוי־קאָמפּלעקסן אין אייראָפּע, פֿעסט פֿאַרבונדן אויך מיט דער געשיכטע פֿון מערבֿ־אייראָפּעיִשער ייִדישקייט. די אַוויניאָנער ייִדן האָבן באַזאָרגט די קירך־פֿירער מיט שניט־סחורה, געווירצן, פּאַרמעטן פֿאַר ביכער און שטיינער פֿאַר רויזנקראַנצן. אין אַ גרויסער מאָס, האָבן די קלויסטערס אינעם פּאַלאַץ פֿונקציאָנירט אַ דאַנק די ייִדן.
אין דער קהילה האָט געבליט אַ הויכע אינטעלעקטועלע קולטור. עס קאָן זײַן, אַז דווקא צוליב די שמועסן מיט די קריסטלעכע געלערנטע, איז אַוויניאָן געוואָרן אַ וועלטצענטער פֿון ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע. נאָך מער אינטערעסאַנט און באַלערנדיק איז דער פֿאַקט, אַז לכל־הפּחות איין גרויסער קריסטלעכער דענקער האָט זיך באַוויזן אין אַוויניאָן מיט טיפֿע מיסטישע ווערק, וואָס קלינגען וווּנדערלעך ענלעך צו קבלה.
רבי אַבֿרהם פֿריצול (פֿאַריסאָל), אַ געבוירענער אין דער דאָזיקער שטאָט, איז באַקאַנט ווי דער מחבר פֿונעם שאַרפֿן אַנטי־קריסטלעכן פּאָלעמישן ספֿר „מגן אַבֿרהם‟. אין דער זעלבער צײַט, האָט ער באַטאָנט, אַז די גויים מעגן באַטראַכטן יעזוסן ווי זייער משיח, ווײַל די עצם־דעפֿיניציע פֿון משיחס ראָלע שיידט זיך אונטער בײַ ייִדן און קריסטן. צוליב דעם באַטראַכטן אים אַ טייל הײַנטיקע היסטאָריקער ווי אַ פֿאָרלויפֿער פֿונעם פּראָגרעסיוון צווישן־רעליגיעזן דיאַלאָג. פֿריצול האָט גוט געקענט לאַטײַן און איבערגעזעצט אויף לשון־קודש וויסנשאַפֿטלעכע ווערק פֿון געלערנטע מאָנאַכן, ווי אויך גריכישע פֿילאָסאָפֿיע.
רבי לוי בן גרשום, דער רלב״ג, אַן אַנדער באַרימטער תּושבֿ פֿון אַוויניאָן, איז געווען אַ גלענצנדיקער מאַטעמאַטיקער, אַסטראָנאָם און פֿילאָסאָף, איינער פֿון די וויכטיקסטע ייִדישע נאָכפֿאָלגער פֿונעם אַראַבישן חכם אבן־רושד (באַקאַנט אויף לאַטײַניש ווי אַוועראָעס).
איבערזעצונגען פֿון אַראַביש איז געווען די הויפּט־מלאָכה פֿון רבי קלונימוס בן קלונימוס, אויך באַקאַנט ווי דער מחבר פֿון דער שפּאַסיקער „מסכת־פּורים‟ און סאַטירישער לידער־זאַמלונג „אבֿן־בוחן‟. מע איז זיך משער, אַז ער האָט געדינט ווי אַ שליח פֿון די רוימישע ייִדן צו דער אַוויניאָנער פּויפּסט־אַדמיניסטראַציע.
פֿונעם קריסטלעכן צד, איז גאָר אינטערעסאַנט דער בײַשפּיל פֿונעם באַרימטן מיסטיקער מײַסטער עקהאַרט. געבוירן אין דײַטשלאַנד, איז דער דאָזיקער חכם באַרימט געוואָרן דווקא אין אַוויניאָן, וווּ דער פּויפּסט האָט אים באַשולדיקט אין כּפֿירה. אין דער געשיכטע פֿון דער מערבֿדיקער פֿילאָסאָפֿיע בלײַבט ער צווישן די וויכטיקסטע קלאַסיקער — טאַקע אַ מײַסטער פֿונעם מיסטיש־פֿילאָסאָפֿישן געדאַנק. בײַ אַ סך קריסטן, אַרײַנגערעכנט די קאַטוילישע, איז ער אויך גאָר פּאָפּולער, נישט געקוקט אויפֿן סיכסוך מיטן קירכפֿירער. צווישן זײַנע תּלמידים איז געווען הײַנריך סוזאָ, איינער פֿון די בעסטע מיטל־עלטערלעכע פּאָעטן.
מײַסטער עקהאַרטס שיטה, לויט וועלכער אין יעדן מענטש און אין אַלע זאַכן אַרום דער וועלט שטעקן פֿינקלעך געטלעכקייט, וואָס מע מוז זיי אַרויפֿברענגען צום אומבאַגרײַפֿלעכן געטלעכן אין־סוף, קלינגט ממש ווי קבלה — און אַ גאַנצער ריי זײַנע אַנדערע געדאַנקען אויך. למשל, עקהאַרט אַסאָציִיִרט די געטלעכע אַנטפּלעקונג אין דער וועלט מיט ווײַבלעכקייט — בהסכּם מיטן קבלהדיקן שכינה־סימבאָליזם.
ד״ר עליאָט וואָלפֿסאָן, אַ באַקאַנטער אַמעריקאַנער קבלה־פֿאָרשער, גלייבט נישט, אַז צווישן דעם באַרימטן מאָנאַך און ייִדישע מקובלים איז געווען אַ ממשותדיקער קאָנטאַקט. ס׳איז אינטערעסאַנט אָבער, אַז פּונקט אין יענער תּקופֿה, ווען מײַסטער עקהאַרט האָט געשריבן זײַנע ווערק, האָט זיך בײַ ייִדן ברייט פֿאַרשפּרייט דער ספֿר־הזוהר און קבלה בכלל.
אין דער פּאָפּולערער ייִדישער ליטעראַטור ווערט די מיטל־עלטערלעכע תּקופֿה אָפֿט אַסאָציִיִרט בלויז מיט רדיפֿות, פּאָגראָמען וכּדומה. ווען מע לייענט די ווערק פֿון די אַמאָליקע פּראָוואַנסאַלער רבנים, ווערט אָבער קלאָר, אַז נישט געקוקט אויפֿן צווייט־סאָרטיקן סאָציאַלן סטאַטוס, זענען די אָרטיקע ייִדן געווען גוט באַקאַנט מיטן אַרומיקן נישט־ייִדישן לעבן און זיך באַצויגן דערצו קריטיש, נאָר געוויינטלעך נישט פֿאַרביטערט און זיכער נישט העסלעך. איבער די אייגענע עם־הארצים און כניאָקעס מאַכן די פּראָוואַנסאַלער ייִדישע מחברים אויך חוזק מיט אַ געזונטן איראָנישן טעם.
און וואָס שייך אַוויניאָן — אַ פּרעכטיקע אוראַלטע שטאָט אויפֿן טײַך ראָן, וואָס שײַנט טאַקע מיט די ניצוצות־הקדושה — באַהאַלטן זיך דאָרטן זיכער נאָך אַ סך חידושים פֿאַר היסטאָריקער און אַרכעאָלאָגן, אַרײַנגערעכנט די נײַע ידיעות וועגן דער אַלטער פּראָוואַנסאַלער ייִדישער עדה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.