„חיים בערלין‟ איז איינע פֿון די עלטסטע ישיבֿות אין ברוקלין, געגרינדעט אין 1904. זי איז אויך צווישן די חשובֿסטע ליטווישע ישיבֿות אין אַמעריקע און ישׂראל. אַ סך אָנגעזעענע רבנים און תּלמידי־חכמים האָבן פֿון דאָרט גראַדויִרט.
איך האָב אַליין פֿאַרענדיקט „חיים בערלין‟. איך בין אָבער נישט קיין תּלמיד־חכם; איך קען קוים לייענען לשון־קודש.
יאָ, איך ווייס וואָס איר קלערט, מײַן טײַערער לייענער. דער ייִד איז מסתּמא נישט מיט אַלעמען. אפֿשר זענט איר גערעכט אָבער דער ענין איז אַ ביסל מער קאָמפּליצירט. לאָמיך אײַך געבן צו פֿאַרשטיין.
געבוירן בין איך אינעם די־פּי־לאַגער “קאַסעל”, אין דײַטשלאַנד, בײַ אַ משפּחה וואָס איז שטאַרק טראַוומאַטיזירט געוואָרן פֿונעם חורבן. מײַנע טאַטע־מאַמע, שוועסטער און ברידער זענען אַנטלאָפֿן פֿון זייער פּוילישן שטעטל אָסטרעלענקע און אָנגעקומען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וווּ זיי האָבן געוואַנדערט פֿון אָרט צו אָרט. ווען מײַנע עלטערן האָבן נאָך דער מלחמה אונדז געבראַכט קיין אַמעריקע האָבן זיי געקענט בלויז ייִדיש. צום גליק האָבן זיי זיך געפֿונען אַן אָרט אין בראָנזוויל, וווּ עס האָבן געוווינט אַ סך ייִדן. דער טאַטע, וואָס איז שפּעטער פֿרום געוואָרן, האָט מיך נאַטירלעך געגעבן לערנען אין דער הויפּט־ישיבֿה פֿון יענער געגנט.
ווי קען איך באַשרײַבן „חיים בערלין‟? דער ציל פֿון דער ישיבֿה און מתיבֿתּא איז אַוודאי צוצוגרייטן די תּלמידים צום לערנען יאָרן לאַנג אין כּולל און באַקומען סמיכה. זייער לערן־מעטאָד אין יענע טעג איז אָבער נישט געווען אַזוי אײַ־אײַ־אײַ. מע קען עס אָנרופֿן „נוסח שטעטל‟: דאָס הייסט, דער תּלמיד האָט געדאַרפֿט כּסדר איבערחזרן די פּסוקים און זיי אויסלערנען אויף אויסנווייניק. פֿון צײַט צו צײַט האָט מען מיר אויך דערלאַנגט אַ פֿראַסק אין פּנים.
און ווי האָט מען זיך דאָרט געלערנט לשון־קודש? איר מיינט אַז מע האָט טאַקע געגעבן לעקציעס אין דיקדוק? אַ נעכטיקער טאָג. דער אַזוי גערופֿענער העברעיִש־לערער האָט פּשוט אויסגעטיילט בויגנס פּאַפּיר אָנגעשריבן אויף העברעיִש — און שוין.
וואָס שייך די סעקולערע לימודים ווי ענגליש און מאַטעמאַטיק האָט דער מנהל געהאַט בלויז איין קריטעריע בײַם אָנשטעלן אַ לערער: אַבי ער אָטעמט. ס׳האָט נישט אויסגעמאַכט וואָס זײַן ספּעציאַליטעט איז געווען. מע האָט געקענט הייסן אַ געשיכטע־לערער לערנען אַ קלאַס אין כעמיע. אײַ, ער ווייסט גאָרנישט וועגן כעמיע? נישט געדאגהט. ער האָט אונדז פּשוט פֿאָרגעלייענט קאַפּיטלען פֿון אַ לערנבוך וואָס ער האָט אַליין נישט פֿאַרשטאַנען.
„חיים בערלין‟ האָט אויך אַ פּנים נישט שטאַרק געהאַלטן פֿון היגיענע. למשל: איך, ווי אַ נערוועז קינד, האָב בדרך־כּלל געהאַט אַ שוואַכן אַפּעטיט. פֿלעג איך די שניטקעס וואָס די מאַמע האָט מיר מיטגעשיקט אָפֿט באַהאַלטן טיף בײַ מיר אין שרײַבטישל, דאָרט וווּ מע לייגט אַרײַן די ביכער און ספֿרים. די צרה איז, אַז די ישיבֿה האָט נישט געהאַט קיין סטרוזש וואָס זאָל רעגולער אויסרייניקן די טישלעך. האָבן זיך וואָכן לאַנג אָנגעזאַמלט די שניטקעס, אָבער קיינער האָט זיך נישט באַקלאָגט, ווײַל מע האָט געמיינט אַז דער ריח וואָס שוועבט אין דער לופֿטן איז נאָרמאַל.
דערצו האָט די ישיבֿה געוווּסט אַ קרענק וועגן וואַסער־לייטונג, פֿלעגן די בית־הכּיסאס אָפֿט איבערלויפֿן און קיינער האָט זיי נישט פֿאַרריכט. אַרײַנצוגיין אין וואַשצימער האָט מען שוין געמוזט אָנטאָן קאַלאָשן. ווי מײַנער אַ פֿרײַנד האָט מיר מיט יאָרן שפּעטער געזאָגט: די וויכטיקסטע זאַך וואָס מיר האָבן זיך דאָרט אויסגעלערנט איז ווי „זיך אײַנצוהאַלטן‟. (אויף דער עלטער קומט מיר אַזאַ פֿעיִקייט דווקא צו ניץ.)
„חיים בערלין‟ האָט אונדז אַ סך געלערנט ווי זיך צו באַציִען צו מיידלעך. (איך מאַך אַ שפּאַס.) ערשטנס, זענען בכלל נישט געווען קיין מיידלעך אין די קלאַסן. קיין לערערינס אויך נישט. האָבן מיר במילא גאָר נישט געוווּסט וועגן דעם צווייטן מין. נאָר נישט געדאגהט! איינער פֿון די רביים האָט אונדז שוין אויפֿגעקלערט אַז אָנאַנירן איז ערגער ווי הרגענען. נאָך דאָס האָט אויסגעפֿעלט די בחורים צו הערן… לכתּחילה האָב איך זיך איבערגעשראָקן, דערוויסנדיק זיך אַז איך בין אַליין אַ רוצח. כ׳האָב אָבער באַלד אײַנגעזען אַז דאָס זענען משוגענע רייד ווײַל בײַ אונדז אין דער היים האָט מען טאָג־טעגלעך ממש איבערגעלעבט די זכרונות פֿונעם חורבן און פֿון אמת מערדערײַ.
כ׳האָב אָבער קיינעם נישט אויסגעזאָגט וואָס איך האַלט. כ׳האָב זיך געשעמט עפּעס צו זאָגן.
ס׳איז קלאָר אַז „חיים בערלין‟ האָט פּשוט נישט געוווּסט ווי זיך אַן עצה צו געבן מיט אַ קינד ווי איך. מסתּמא האָב איך געהאַט אײַנגעבוירענע שוועריקייטן בײַם לערנען מאַטעמאַטיק און פֿרעמדע שפּראַכן. פֿון דעסט וועגן האָב איך יאָ ליב געהאַט צו לייענען; כ׳האָב געשלונגען ביכער. מײַן ערגסטער חסרון איז געווען וואָס איך האָב זיך דערוועגט צו טראַכטן פֿאַר זיך. כ׳האָב נישט געגלייבט אַלץ וואָס מע האָט מיך געלערנט, בפֿרט ווען מע האָט עס מיר נישט דערקלערט על־פּי לאָגיק. און גלייבט מיר, די רביים האָבן נישט געהאַט קיין חשק אַלץ צו דערקלערן אַ יונג בחורל.
אין פֿערטן קלאַס, למשל, האָט מען אָנגעהויבן לערנען מיט אונדז גמרא. „לערנען‟ איז מסתּמא נישט דאָס פּאַסיקסטע וואָרט; מיר האָבן פּשוט איבערגעחזרט אַלץ וואָס דער רבי האָט אַרויסגעלייענט פֿון דער גמרא. איינער פֿון די ערשטע ענינים וואָס מיר האָבן געלערנט איז וואָס טרעפֿט אַז אַן אָקס פֿאַרוווּנדיקט אַ טראָגעדיקע פֿרוי: צי טראָגט דער באַלעבאָס פֿונעם אָקס דאָס אַחריות דערפֿאַר? מיר האָט די קשיא אויסגעזען אויסטערליש. האָב איך געפֿרעגט דעם לערער: „פֿאַר וואָס לערנען מיר אַזאַ זאַך ווען מיר וווינען גאָר אין בראָנזוויל? כ׳האָב דאָך קיין מאָל נישט געזען קיין אָקס אויף די גאַסן פֿון פּיטקין־עוועניו.‟ דער איינציקער ענטפֿער וואָס דער רבֿ האָט מיר געגעבן איז געווען אַ פֿראַסק אין פּנים. אָט דאָס איז געווען מײַן אַרײַנפֿיר אין דער גמרא.
בײַ ס׳רובֿ פֿון מײַנע מיטתּלמידים זענען די יאָרן אין „חיים בערלין‟ געווען פּאָזיטיווע. זיי האָבן נישט געהאַט קיין טראַוומאַטיזירטע טאַטע־מאַמע. ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן זיך געלערנט לשון־קודש בײַם טאַטן. אָבער בײַ אַ פֿאַרלוירן, נערוועז ייִנגל וואָס האָט געהאַט די העזה צו טראַכטן פֿאַר זיך, איז „חיים בערלין‟ געווען ממש אַן אָפּקומעניש וואָס האָט בײַ מיר איבערגעלאָזט טיפֿע וווּנדן — און לאַנגע יאָרן פּסיכאָטעראַפּיע — ביזן הײַנטיקן טאָג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.