ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published November 14, 2017.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

30 קרובֿים פֿון מיידל וועמעס מעדאַליאָן מע האָט געפֿונען אין די חורבֿות פֿון סאָביבאָר וועלן זיך טרעפֿן אין פֿראַנקפֿורט

מיר האָבן שוין פֿריִער איבערגעגעבן וועגן אַ מעדאַליאָן וואָס אַרכעאָלאָגן האָבן אַנטדעקט אויפֿן שטח פֿונעם אַמאָליקן סאָביבאָר אומברענג־לאַגער. די ווערטער „מזל־טובֿ‟ זענען אײַנגעקריצט געוואָרן אויפֿן זילבערנעם מעדאַליאָן און טאַקע מיט העברעיִשע אותיות. אונטער זיי קען מען לייענען די דאַטע און דאָס אָרט: 3.7.1922 פֿראַנקפֿורט אַם מײַן, דהײַנו די שטאָט פֿראַנקפֿורט בײַם ברעג פֿון מײַן.

מיר ווייסן איצט אַז דאָס מיידל וואָס האָט געטראָגן דעם מעדאַליאָן און וואָס איז טאַקע געבוירן געוואָרן אין פֿראַנקפֿורט דעם דריטן יולי, 1922 האָט געהייסן קאַראָלינע כּהן און אַז די דײַטשן האָבן זי פֿאַרגאַזט אין סאָביבאָר.

אַ דאַנק די באַמיִונגען פֿון אַ נישט־פּראָפֿעסיאָנעלן אָבער איבערגעגעבענעם גענעאָלאָג וועלן דרײַסיק קרובֿים פֿון קאַראָלינע כּהן זיך טרעפֿן דעם 13טן נאָוועמבער און טאַקע אויף איר פֿראַנקפֿורטער אַדרעס — די טאַמאַסיוס גאַס, נומער 10.

אַ סך פֿון די קרובֿים זעען זיך צום ערשטן מאָל. זיי קומען פֿון אַמעריקע און ישׂראל, ענגלאַנד און ניקאַראַגוואַ, יאַפּאַן און האָנג־קאָנג. עטלעכע פֿון זיי האָבן אַפֿילו נישט געוווּסט אַז זיי האָבן אַ שײַכות מיטן חורבן.

איינער פֿון די וואָס האָבן נישט געוווּסט וועגן קאַראָלינע כּהן איז בערי אײַזנמאַן פֿון אַרלינגטאָן, ווירדזשיניע. בערי איז קאַראָלינעס קוזין.

ער האָט נישט געוווּסט אַז זײַן טאַטע האָט געהאַט אַ שוועסטער, עלזאַ, וואָס האָט חתונה געהאַט מיט א געוויסן ריכאַרד כּהן. זיי האָבן געהאַט צוויי טעכטער, קאַראָלינע און גיטאַ. קאַראָלינע און גיטאַ זענען, פֿאַרשטייט זיך, בערי אײַזנמאַנס קוזינעס. בערי אײַזנמאַן זאָגט אַז זײַן טאַטע האָט קיין מאָל נישט גערעדט וועגן דעם טראַגישן גורל פון זיין משפּחה אין דײַטשלאַנד. מסתּמא האָט ער נישט געוואָלט דערשרעקן די קינדער.

בערי אײַזנמאַן זאָגט אַז ער וויל כאָטש איין מאָל האַלטן זײַן קוזינעס מעדאַליאָן אין דער האַנט. דער סאַמע געדאַנק אַז זי האָט עס אויך געהאַלטן פֿאַרבינדט זיי ביידן, זאָגט ער.


דײַטשע באַזוכער אין פּולין־מוזיי פֿירן זיך אויף בעסער ווי די ישׂראלדיקע

צום באַדויערן טראָגן די ישׂראלדיקע גרופּעס וואָס קומען צום ייִדישן מוזיי פּולין אַ געוויסן שם — און דווקא נישט קיין גוטן.

אָפֿט מאָל זענען זיי נישט פּינקטלעך און די אָרטיקע וועגווײַזער מוזן וואַרטן אויף זיי אַ פֿערטל אָדער אַ האַלבע שעה און אַ מאָל אַפֿילו אַ גאַנצע שעה.

ווען זיי קומען, מאַכן זיי אַ טומל.

לויט די געזעצן פֿונעם מוזיי טאָרן קיין פֿרעמדע נישט פֿירן די גרופּעס. דאָס שטערט אָבער נישט עטלעכע ישׂראלדיקע פֿירערס צו געבן זייער פּירוש רש״י צום אָרטיקן פֿירער, און טאַקע אויפֿן קול. די צרה איז אַז סע טרעפֿט אַז דווקא דער אָרטיקער פֿירער ווייסט וואָס ער זאָגט און ס’איז נישט געווען קיין שום סיבה אים מבֿייש צו זײַן פֿאַרן גאַנצן עולם, אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.

איר ווילט וויסן ווער זענען העפֿלעך און שטיל? די דײַטשן. די דײַטשע יוגנטלעכע טומלען נישט, קומען צו דער צײַט און שאַפֿן נישט קיין פּראָבלעמען.

פֿאַר וואָס דערמאָן איך די דאָזיקע זאַכן דווקא איצט? מעשׂה שהיָה כּך היָה. אַ ישׂראלדיקער באַזוכער האָט איבערגעלאָזט זײַן טאָרבע אין אַ שאַפֿקעלע. אַ מין סייף פֿאַר טאָרבעס. נאָכן באַזוך האָט ער נישט געפֿונען די טאָרבע. ער האָט נישט געגלויבט די מוזיי־לײַט אַז קיינער האָט נישט באַגנבֿעט זײַן טאָרבע און ער האָט אָנגערופֿן די פּאָליציי.

דער סוף? ער האָט זיך דערמאָנט אַז ער האָט איבערגעלאָזט די טאָרבע טאַקע אין אַ שאַפֿקעלע. פֿארגעסן האָט ער וואָסערע שאַפֿקעלע.

און דאָס דערמאָנט מיך אין אַן אמתער מעשׂה וואָס דער פּוילישער ייִדישער מאָלער וואַלדעק דינערמאַן האָט מיר אַ מאָל דערציילט. דינערמאַן האָט געהאַט טענות צו זײַן טאַטן וואָס איז ניצול געבליבן פֿון דער וואַרשעווער געטאָ, הלמאי האָט ער נישט פֿאָרויסגעזען וואָס וועט פֿאָרקומען מיט די דײַטשן. פֿאר וואָס האָט ער למשל נישט עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל? דער טאַטע האָט געענטפֿערט אַז פֿאַר דער מלחמה איז אין פּוילן געווען גרויסע אַרבעטלאָזיקײט, איז ער געפֿאָרן קיין דײַטשלאַנד. דאָרט, האָט ער דערציילט, איז נישט געווען קיין באַלאַגאַן. אַלע זענען געווען פּינקטלעך, העפֿלעך און אַפֿילו באַצאָלט צו דער צײַט.

גיי ווייס אַז זיי קענען זײַן די גרעסטע רוצחים, האָט דער טאַטע געזאָגט.

יאָרן שפּעטער האָט וואַלדעק דינערמאַן געהאַט זײַן מאָלערײַ אויסשטעלונג אין האַמבורג. האָט ער געזען מיט די אייגענע אויגן, דערציילט ער, אַז אַלץ וואָס דער טאַטע האָט געזאָגט איז אמת. אין דײַטשלאַנד, אַנדערש ווי אין פּוילן, איז נישט געווען קיין באַלאַגאַן. אַלע זענען געקומען צו דער צײַט, זיך געפֿירט העפֿלעך און אַפֿילו באַצאָלט צו דער צײַט.

צום סוף וויל איך באַטאָנען אַז נישט אַלע ישׂראלדיקע טוריסטן זענען פּראָבלעמאַטיש. אויב איר ווילט וויסן ווער זענען צווישן די בעסטע ישׂראלדיקע גרופּעס וועל איך אײַך באַלד זאָגן: די פֿרומע מיידלעך פֿון די רעליגיעזע שולן.

אפֿשר ווייל זיי קענען דעם פּסוק אין פּרקי אָבֿות: אם אין דרך־ארץ אין תּורה. אם אין תּורה, אין דרך־ארץ.