אַ נײַע אויסשטעלונג אינעם ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט אין וואַרשע: „’עונג שבת’ — וואָס מיר האָבן נישט געקענט אויסשרײַען פֿאַר דער וועלט‟. „עונג־שבת‟ איז, ווי מיר ווייסן, די מצווה הנאָה צו האָבן פֿונעם הייליקן שבת. עונג־שבת איז אויך געווען די איניציאַטיוו פֿונעם היסטאָריקער עמנואל רינגעלבלום צו דאָקומענטירן דאָס לעבן און דעם אומקום פֿון די ייִדן אין דער וואַרשעווער געטאָ. ליטעראַטן, לערערס, כּלל־טוערס און סטודענטן האָבן געזאַמלט מאטעריאַלן כּדי די קומענדיקע דורות זאָלן האָבן אַ גענויען באַגריף וועגן דער גרויסער טראַגעדיע וואָס איז באַפֿאַלן דעם ייִדישן פֿאָלק אין דער פּוילישער הויפּטשטאָט בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
בשעת דער ליווקידאַציע פֿון דער געטאָ אין זומער 1942 האָבן די מיטגלידער פֿון „עונג שבת” באַהאַלטן די דאָקומענטן אין צען מעטאַלענע פּושקעס און צוויי מילך־קאַנען וואָס זיי האָבן באַגראָבן אין דער ערד.
אַ טייל פֿון די דאָזיקע דאָקומענטן איז אויסגעגראָבן געוואָרן נאָך דער מלחמה. איין מילך־קאַן שטייט טאַקע אין מיטן פֿון דער הײַנטיקער אויסשטעלונג.
„וואָס מיר האָבן נישט געקענט אויסשרײַען פֿאַר דער וועלט” איז אַ ציטאַט פֿון דוד גראַבער, אַ יונגער מיטאַרבעטער פֿונעם „עונג שבת” אַרכיוו.
דאָס געשרײ וואָס איז דערשטיקט געוואָרן מיט די באַגראָבענע דאָקומענטן איז טאַקע יאָ דערהערט געוואָרן און וועט הילכן פֿאַר דור דורות.
אחד העם, וואָס זײַן אמתער נאָמען איז געווען אשר גינזבורג, האָט געשריבן אַ היסטאָרישן עסיי, „עבדות בתוך חירות”, דהײנו: שקלאַפֿערײַ אין מיטן פֿון פרײַהײט.
אחד העם מאַכט חוזק פֿון די כּלומרשט עמאַנציפּירטע ייִדן וואָס ווילן מיט אַלע זייערע כּוחות פֿאַרלאָזן די קליינע ייִדישע סבֿיבֿה לטובֿת דער גרויסער וועלט. זיי זענען ממש פֿאַרליבט אין דער נישט־ייִדישער וועלט. די צרה איז אַז די גרויסע, נישט־ייִדישע וועלט איז נישט פֿארליבט אין זיי.
די עמאַנציפּירטע ייִדן גיבן זיך אָבער אַן עצה. די וועלט האָט אונדז אפֿשר נישט ליב אָבער זי דאַרף אונדז האָבן. פֿאַר וואָס? ווײַל מיר ייִדן זענען די בעסטע וועגווײַזערס פֿאַר דער וועלט. מיר ייִדן זענען די לערערס פֿון דער מענטשהײט!
דאָס איז אַלץ שיין און גוט, זאָגט אחד־העם. די צרה איז נאָר אַז תּלמידים האָבן נישט ליב זייערע לערערס. זיי האָבן זיי פֿײַנט, שטאַרק פֿיינט.
די רשימה פון די ייִדן וואָס האָבן געוואָלט ראַטעווען די וועלט איז אַ טרויעריקע און אַ לאַנגע.
דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט באַצאָלט זייער רבי־געלט, נישט נאָר מיט דמים נאָר מיט דם.
עס איז דאָ אַ גרויסע רעליגיע וואָס איר גאָט איז אַ ייִד און וואָס האָט געשאַפֿן ייִדן אָן אַ שעור צרות. וואָס דאָס איז פֿאַר אַ רעליגיע ווייסט איר אַליין.
צווישן די ייִדן וואָס האָבן געזוכט תּיקון־עולם געפֿינען מיר אויך ראָזאַ לוקסעמבורג און לעאָן טראָצקי.
און דאָ קומען מיר צו דער הויפּטפּראָבלעם מיט די אָ ייִדישע מענטשהײטס רעטערס. זיי אַליין האַלטן זיך נישט פֿאר קיין ייִדן. טראָצקי האָט אַפֿילו משנה־שם געווען פֿון בראָנשטיין אויף טראָצקי כּדי צו באַטאָנען אַז ייִדן און ייִדישקייט האָט ער אין דער לינקער פּאה.
לוקסעמבורג און ליבקנעכט, קאַגאנאָוויטש און טראָצקי האָבן זיך זיך נישט געהאַלטן פֿאַר ייִדן. נאָר וואָס זשע? די גויים האָבן זיי יאָ געהאַלטן פֿאַר ייִדן. און נאָך ווי!
דער פּאַראַדאָקס ליגט אין דעם אַז אַ סך ייִדן זענען געוואָרן סאָציאַליסטן און קאָמוניסטן כּדי צו זײַן אויס ייִדן. וואָס זשע טוט גאָט? בײַ אַ סך גויים איז אַ קאָמוניסט געוואָרן אַ סינאָנים פֿאַר אַ ייִד.
פֿאַרוואָס דערמאָן איך דאָס אַלץ דווקא איצט? צוליב די גרויסע נאַציאָנאַלע דעמאָנסטראַציעס וואָס זענען לעצטנס פֿאָרגעקומען אין וואַרשע. און צו וועמען, צווישן אַנדערע פֿאַרשטייט זיך, האָבן זיי געהאַט טענות, די דעמאָנסטראַנטן? צו דזשאָרדזש סאָראָסן.
סאָראָס אַליין האָט זײַן ייִדישקייט אין דער לינקער פּאה. ער האַלט פון אוניווערסאַלע, נישט קיין נאַציאָנאַלע ווערטן. נאָר וואָס זשע? בײַ די פּוילישע נאַציאָנאַליסטן איז ער ראשית־כּל אַ ייִד. אַ ייִד איז אַ ייִד איז אַ ייִד.
בײַ זיי איז ער נאָך אַ באַווײַז אַז די ייִדן מישן זיך אַרײַן אין זייערע אינערלעכע ענינים, פּונקט ווי עס זאָגן עס די אַנטיסעמיטן.
איך פֿאַרשטיי אַז סאָראָס וויל נישט שטיצן מיט זײַנע מיליאַרדן קיין ייִדישע שפּראַכקורסן אָדער סתּם ייִדישע דערציונג פֿאַר די רעשטלעך פון אייראָפּעס ייִדן. ייִדן זענען מסתּמא נישט גענוג וויכטיק בײַ אים. איז מילא. אָבער ער וואָלט געקאָנט נוצן זײַנע געלטער, לאָמיר זאָגן, פֿאַרן קאַמף קעגן ראַק אָדער פֿאַר ריינער ענערגיע, פֿאַר דערציִונג אין דער דריטער וועלט און נאָך און נאָך.
אַזאַ הילף וואָלט געווען נישט נאָר נוצלעך פֿאַר דער וועלט; זי וואָלט אויך נישט געווען געפֿערלעך פֿאַר אונדז, אייראָפּעס לעצטע ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.