סוף־כּל־סוף, אַ דאַנק דער שװערער האָרעװאַניע פֿון די איבערגעגעבענע חסידים פֿון גריגאָרי קאַנאָװיטשעס ליטעראַרישן טאַלאַנט, איז אַרױס די ענגלישע איבערזעצונג פֿון זײַן ראָמאַן „אַ ליבע־ליד דעם שטעטל”.
דער ראָמאַן איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן דורכן קלײנעם פֿאַרלאַג „נואַר” אין ענגלאַנד, װאָס ספּעציאַליזירט זיך אין דער מאָדערנער ליטװישער ליטעראַטור. עס איז טאַקע מערקװירדיק, װאָס אײנער פֿון די פֿירנדיקע ייִדישע מחברים האָט עד־היום ניט געפֿונען קײן ייִדישן פֿאַרלעגער אױף דער ענגלישער שפּראַך. ווי אַ פּועל־יוצא איז זײַן בוך אַרױס אין דער סעריע „הײַנטצײַטיקע ליטװישע קלאַסיקער”. אַ מאָל האָבן ייִדישע פֿאַרלעגער און רעדאַקטאָרן געהאָלפֿן פֿאַרשפּרײטן קולטור פֿון אַנדערע פֿעלקער, און איצט איז געקומען אַ צײַט װען ייִדישע ליטעראַטור נײטיקט זיך אין דער שטיצע מצד אומות־העולם.
אין די סאָװעטישע צײַטן האָט קאַנאָװיטש זיך קונה־שם געװען װי דער װיכטיקסטער רוסיש־שפּראַכיקער מחבר אױף דער ייִדישער טעמע. ער האָט פֿאַרנומען אַן אײגנאַרטיק אָרט אױף די ראַנדן פֿון דער סאָװעטישער ליטעראַטור. װי אַ געבירטיקער אין דער ליטװישער רעפּובליק פֿאַרן חורבן, איז ער געװען אַן אײגענער אין דער ליטװישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה. די דאָזיקע פֿאַרבינדונג בלײַבט גאַנץ שטאַרק עד־היום, כאָטש קאַנאָװיטש לעבט שױן אַ פֿערטל יאָרהונדערט אין ישׂראל.
„אַ ליבע־ליד דעם שטעטל” געהערט צו דעם זשאַנער פֿון דער הײמישער שטעטל־ליטעראַטור, װאָס הײבט זיך אָן מיט מענדעלעס אױטאָביאָגראַפֿיע „שלמה ר׳ חיימס”. אָבער אײן דור גײט אַװעק און דער אַנדער דור קומט אַרײַן, און די געשטאַלט פֿון דער אַלטער הײם װערט אַלץ שװאַכער אינעם קאָלעקטיװן ייִדישן זכּרון. אױפֿן אָרט פֿונעם רעאַלן שטעטל קומט אַ מיטאָלאָגישער אימאַזש. דער הײַנטיקער לײענער האָט מער אינטערעס אין כּלערלײ פֿאַנטאַזיעס פֿון די שטעטל־טעמעס אײדער אַ רעאַליסטישע שילדערונג פֿונעם אַמאָליקן לעבן. דאָס רעאַלע שטעטל װי אַ ייִשובֿ ערגעץ אין אוקראַיִנע, ליטע, פּױלן אָדער בעסאַראַביע האָט אַ קנאַפּן קיום אין דער הײַנטיקער ייִדישער קולטור. דאָס ייִדישע שטעטל איז הײַנט אינעם רשות פֿון די איצטיקע באַלעבאַטים פֿון יענע לענדער, װאָס האָבן זיך באַפֿרײַט פֿונעם קאָמוניסטישן יאָך.
קאַנאָװיטשעס ראָמאַן, איבערגעזעצט אויף ענגליש פֿון ישׂראל כּהן, איז העכער װי פֿינף הונדערט זײַטן לאַנג. די האַנדלונג רוקט זיך פֿאָרױס פּאַמעלעך, אַזוי ווי בײַ די קינדער־יאָרן. די צעטנראַלע פֿיגור אינעם ראָמאַן איז די מאַמע, און אַרום איר װערט בהדרגה אױפֿגעבױט די גאַנצע משפּחה־סבֿיבֿה, מיט די פֿאַרשידענע כאַראַקטערס פֿון די נאָענטע און װײַטע קרובֿים.
אױך בהדרגהדיק, אָבער אַלץ שטאַרקער מיט יעדן יאָר, דרינגט אַרײַן די שאַרפֿע פּאָליטישע רעאַליטעט אין דער פֿאַרכּישופֿטער װעלט פֿון קינדהײט. די האַנדלונג ענדיקט זיך מיטן אַרײַנקום פֿון די דײַטשישע חיילות אינעם סאָװעטיש־ליטװישן שטעטל. קאַנאָװיטשעס טאַטע־מאַמע האָבן געהאַט אַ גוטן מזל צו אַנטלױפֿן טיף אין דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אַרײַן. אױף די לעצטע פּאָר זײַטן דערצײלט דער מחבר װעגן זײַן צוריקקומען קײן ליטע, װאָס איז געװאָרן אַ ריזיקער ייִדישער בית־עולם. און דאָ, צום סאַמע סוף פֿון זײַן בוך, אַטנפּלעקט קאַנאָװיטש דעמ מוסר־השׂכּל פֿון זײַן אױפֿטו: „דער װאָס לאָזט די מתים אַרײַנפֿאַלן אין פֿאַרגעסנקײט, װערט אַלײן פֿאַרמישפּט פֿאַרגעסן צו װערן.”
קאַנאָװיטשעס סאָװעטישער גלות־װעג פֿירט אים קײן װילנע, װוּ ער קומט אָן מיט דער באַן נאָך דער מלחמה. דאָס איז געװען „די שטאָט, װוּ מײַנע ייִדישע ברידער און איך האָבן געפֿונען אַ מקום־מקלט נאָך דער מלחמה און װוּ מיר האָבן אומזיסט געזוכט שפּורן פֿונעם לאַנגן און רײַכן ייִדישן קיום”. קאַנאָװיטש האָט קײן מאָל ניט געזען דאָס ייִדישע װילנע פֿאַרן חורבן. דעמאָלט האָט די שטאָט באַלאַנגט צו פּױלן אָבער די ליטװישע רעפּובליק האָט דאָס ניט אַנערקענט און געהאַלטן װילנע פֿאַר איר הױפּטשטאָט. צוליב דעם קאָנפֿליקט איז די גרענעץ צװישן פּױלן און ליטע געװען פֿאַרמאַכט. ליטע האָט באַקומען װילנע און די אַרומיקע געגנט פֿון סטאַלינס הענט װי אַ פּועל־יוצא פֿונעם אָפּמאַך צװישן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און נאַציסטישן דײַטשלאַנד אין 1939.
„אַ ליבע־ליד דעם שטעטל” מעג אױסזען סענטימענטאַל און נאָסטאַלגיש בײַם ייִדישן לײענער אָבער דער דאָזיקער ראָמאַן האָט אַ חשיבֿות אינעם הײַנטיקן פּאָליטישן מצבֿ. אַלע פּאָסט־סאָװעטישע לענדער האַלטן אין אײן איבערשרײַבן זײער געשיכטע אונטער אַ נאַציאָנאַליסטישן קוקװינקל און דער ייִדישער עבֿר פֿאַרנעמט דערבײַ צומאָל אַ ספֿקותדיק אָרט. הײַנט טאָר מען מער ניט אָפּלײקענען דעם חורבן װײַל דאָס װאָלט געשטעלט אין סכּנה די באַציִונגען מיט אַמעריקע און מערבֿ־אײראָפּע. אָבער מען קאָן יאָ מאַניפּולירן מיטן ייִדישן חורבן צוליב אײגענע צװעקן, װי אַ מוסטער פֿאַרן באַטאָנען אײגענע צרות און לײַדן אונטערן סאָװעטישן רעזשים. אַזאַ צוגאַנג דערמעגלעכט די פֿאַרשידענע מינים מיזרח־אײראָפּעיִשע נאַציאָנאַליסטן פֿאָרצושטעלן די אײגענע נאַציע װי אַ קרבן פֿון דער אָקופּאַציע און אַפֿילו פֿון דעם גענאָציד. דאָ קאָן מען במילא פֿאַרשװײַגן די ראָלע פֿון אָרטיקע אַקטיװיסטן אין העלפֿן די דײַטשן צו הרגענען ייִדן. עס זײַנען ניטאָ קײן סך ייִדישע שטימען װאָס קאָנען דערצײלן די געשיכטע פֿון אינעװײניק אַזוי װי גריגאָרי קאַנאָװיטש און דערפֿאַר איז זײַן ראָמאַן הײַנט אַזוי װיכטיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.