ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published November 28, 2017, issue of October 27, 2017.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

Aleksandra Krol

פּאָליציי קאָנפֿיסקירט אַנטיסעמיטישן טראַנספּאַראַנט אויף אַ פּוילישן האָטעל

צעזאַראָוויצע איז אַ פּוילישער דאָרף לעבן דײַטשלאַנד. אַן אײַגנטימער פֿון אַ צעזאַראָוויצער האָטעל האָט מיט עטלעכע חדשים צוריק אויפֿגעהאָנגען אַ טראַנספּאַראַנט אַז ייִדן, קאָמוניסטן, גנבֿים און פֿאַררעטערס זענען פֿאַרווערט אַהין אַרײַנצוקומען.

מסתּמא צוליב דעם טומלדיקן אָפּרוף אין דער מעדיע האָט די פּאָליציי מיט עטלעכע טעג צוריק קאָנפֿיסקירט דעם טראַנספּאַראַנט.

צעזאַראָוויצע הייסט אויף דײַטש ציזערוויץ. ביז 1945 האָט דאָס שטעטל טאַקע געהערט צו דײַטשלאַנד. ווען נישט חבֿר סטאַלין און זײַן רויטער אַרמיי וואָלט ציזערוויץ מסתּמא ביז הײַנט געבליבן אין דײַטשלאַנד.

הכּלל, ווען נישט דער סאָוועטישער מאַכט, וואָלט צעזאַראָוויצע הײַנט נישט געהערט צו פּוילן. די עקסטרעם־רעכטע נאַציאָנאַליסטן האַלטן אָבער פֿון הייסבלוטיקייט, נישט פון קיין לאָגיק.


פֿרײַטיק אין װאַרשע פֿאַרקױפֿט זיך חלה װי מצה־װאַסער

אינעם הײַנטיקן פּוילישן סלענג רופֿט מען אַ לערער „אַ בעלפֿער‟ און „גיט‟ מיינט אַז אַלץ איז אין אָרדענונג. 

איך קען אײַך געבן נאָך און נאָך בײַשפּילן פֿון ייִדישיזמען וואָס די פּאָליאַקן נוצן, נישט וויסנדיק אַפֿילו פֿון וואַנען זיי שטאַמען.

די זעלבע מעשׂה קומט פֿאָר מיטן עסן. נישטאָ קיין וואַרשעווער וואָס זאָל נישט וויסן וואָס ס׳איז אַזוינס אַ חלה אָדער אַ בײגל. קיינער ווייסט אָבער נישט אַז ביידע געבעקסן האָבן אַ שטיקל שײכות מיט די ייִדן וואָס האָבן געװױנט דאָ הונדערטער יאָרן ביז דער צווייטער וועלט-מלחמה. נאָך אַ טשיקאַווע זאַך: פֿרייטיק איז דער פּאָפּולערסטער טאָג צו קױפֿן חלה. מען כאַפּט זיי ווי די הייסע בולקעס.

איך קויף נישט קיין חלה ווײַל מײַן פֿרוי האָט ליב צו באַקן חלה אַליין. די וואָך האָט זי אָבער נישט געהאַט קיין צײַט. דערװוּסט האָב איך זיך וועגן דעם ערשט ווען איך בין אָנגעקומען אַהיים. הכּלל, איך האָב זיך נישט געפֿוילט און צוריקגעפֿאָרן אין שטאָט אַרײַן זוכן אַ חלה. אַלע בעקערײַען זענען שוין געווען ליידיק. דאָס הייסט, ברויט איז יאָ געווען אָבער די חלות האָט מען שוין אויספֿאַרקויפֿט. מען וואָלט געקאָנט מיינען אז אין וואַרשע וווינען נאָך אַלץ אַ האַלבער מיליאָן ייִדן און אַלע באַדאַרפֿן חלה אויף המוציא. המוציא, אױב איך מאַך נישט קיין טעות, קען מען מאַכן אויף אַ שטיקל ברויט אויך. איז מילא. בין איך אַהיימגעגאַנגען מיט ליידיקע הענט, דאָס הייסט, אָן חלה.

אָבער איידער איך האָב זיך אין גאַנצן מיאש געווען האָב איך דערזען אַ „זשאַבע‟ וואָס שמייכלט צו מיר, טאַקע לעבן אונדזער שטוב. אין פּוילן איז דאָ אַ קייט קראָמען וואָס הייסן „זשאַבקאַ‟, דהיינו אַ קליינע זשאַבע. אויף די שילדן זייערע קען מען זען אַ פֿריילעכע גרינע זשאַבע. 

בין איך אַרײַן אין קראָם. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן? אַ שטיקל נס! נאָך צוויי שעה זוכענישן איבער גאַנץ וואַרשע האָב איך געפֿונען אַ חלה בײַ דער „זשאַבע‟ לעבן מײַן שטוב.

וליהודים הייתה אורה ושמחה – מאַכט רש”י – די לייזונג פֿאַר דײַנע צרות געפֿינט זיך גלײַך אונטער דער נאָז!