די געשיכטע פֿון ייִדן אין פּױלן ענדיקט זיך מיטן חורבן, אַזױ מײנען אַ סך מענטשן. דעריבער פֿאַרבלײַבט די דערפֿאַרונג פֿון יענע ייִדן, װאָס האָבן זיך אומגעקערט קײן פּױלן גלײַך נאָך דער מלחמה, עד־היום װײניק באַקאַנט מחוץ דעם שמאָלן קרײַז פֿון פּױליש־ייִדישע היסטאָריקער פֿון יענער תּקופֿה.
איצט קאָן מען זיך דערװיסן מער פֿון דער דאָזיקער דראַמאַטישער געשיכטע אַ דאַנק דער פֿאָרשונג פֿון מאָניקאַ רײַס, באַטיטלט „׳װאָס? דו לעבסט נאָך?׳ — די לעבן־געבליבענע ייִדן אין פּױלן און ישׂראל דערמאָנען זיך אין זײער אומקער אַהײם‟.
גלײַך נאָך דעם װי די רױטע אַרמײ האָט פֿאַרטריבן די דײַטשן פֿון פּױלן, האָבן זיך ייִדן גענומען אומקערן צו זײערע שטעט און שטעטלעך. לרובֿ זײַנען דאָס געװען די, װאָס האָבן איבערגעלעבט די מלחמה־יאָרן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. כּמעט אַלע זײַנען אַרעסטירט און פֿאַרשיקט געװאָרן קײן סיביר אין סאַמע אָנהײב פֿון דער מלחמה און איצט האָבן זײ, טײלװײַז, באַקומען אַ מעגלעכקײט צו פֿאַרלאָזן דאָס סאָװעטישע לאַנד.
אַ קלענערע צאָל ייִדן זײַנען ניצול געװאָרן צװישן פּאָליאַקן, אָבער װײַט ניט אַלע פֿון זײ זײַנען געװען גרײט צו אַנטפּלעקן זײער ייִדישע אידענטיטעט אַפֿילו נאָך דער מלחמה. און נאָך אַ טײל איז פֿאַרבליבן, לעבנדיק אין די דײַטשישע אַרבעט־לאַגערן.
די סאָװעטישע פּליטים האָבן זיך ערשט אין פּױלן דערװוּסט פֿון דעם שױדערלעכן פֿאַרנעם פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע. אַ גרױסע איבערראַשונג איז בײַ זײ געװען די פֿײַנטלעכע אױפֿנאַמע מצד דער פּױלישער באַפֿעלקערונג. אין 1945–1946 האָט זיך אין פּױלן אױפֿגעפֿלאַקערט אַ מלחמה צװישן דער רױטער אַרמײ מיט אירע פּױלישע אַליִיִרטע, און כּלערלײ אַנטיסאָװעטישע פּױלישע חיילות און פּאַרטיזאַנער. דװקא זײ האָבן געהאַלטן ייִדן פֿאַר אַגענטן פֿונעם קאָמוניסטישן רעזשים און האָבן ניט געװאָלט זײ צוריק אַרײַנלאָזן אין פּױלן. דער סאַמע באַקאַנטער אַנטיסעמיטישער פֿאַל איז דער פּאָגראָם אין קעלץ אין 1946, אָבער עס זײַנען אין יענעם יאָר געװען נאָך בערך צװײ טױזנט אַנטיסעמיטישע עפּיזאָדן איבער פּױלן. סך־הכּל זײַנען אין 1946 געװען אין פּױלן פֿאַררעגיסטרירט כּמעט אַ פֿערטל מיליאָן ייִדן, און די כװאַליע פֿון אַנטיסעמיטישן געװאַלד האָט גורם געװען זײער מאַסן־עמיגראַציע קײן מערבֿ־אײראָפּע און ארץ־ישׂראל.
רײַס שעפּט אירע מקורים פֿון צװײ אַרכיװאַלע זאַמלונגען, דעם װאַרשעװער ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט און פֿון „יד־ושם” אין ישׂראל. אין פּױלן האָבן די ייִדישע היסטאָריקער אָנגעהױבן גלײַך נאָך דער באַפֿרײַונג צו זאַמלען ידיעות װעגן דעם חורבן. זײ האָבן אָרגאַניזירט זײער אַרבעט לױטן שטײגער פֿון ייִװאָ, דורך צוציִען הונדערטער פֿרײַװיליקע זאַמלער פֿון דעם פֿאָלק. רײַס האַלט, אַז די דאָזיקע אונטערנעמונג איז געװען אַ װיכטיקער בײַטראָג אינעם פֿעלד פֿון „חורבן־שטודיעס”, װאָס שטעלט פֿאָר די געשיכטע פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿון די קרבנות און ניט פֿון זײערע מערדער.
די מקורים פֿון דער װאַרשעװער זאַמלונג פֿאַרמאָגן קנאַפּע אינפֿאָרמאַציע, אָפֿט מאָל בלױז אײן זאַץ, װעגן דעם װאָס ס׳איז געשען מיט די ייִדן אין פּױלן נאָך דער באַפֿרײַונג. רײַס דערקלערט, אַז די דאָזיקע דערפֿאַרונג האָט זיך דעמאָלט נאָך ניט אױסגעפֿורעמט װי אַ טײל פֿונעם ייִדישן קאָלעקטיװן זכּרון װעגן דעם חורבן. דער רושם פֿונעם חורבן איז נאָך געװען צו שאָקירנדיק און שװער צו באַגרײַפֿן און די שפּעטערע צרות אין פּױלן האָבן אױסגעזען גאַנץ נישטיק אין פֿאַרגלײַך. אָבער װען מען האָט אױסגעפֿרעגט די פּױלישע ייִדן אין ישׂראל, האָבן זײ אױסגעמאָלט פּױלן נאָכן חורבן װי אַ לאַנד פֿון שׂונאי־ישׂראל. די ביטערע דערפֿאַרונג פֿון צוריקקומען קײן פּױלן איז דאָ געװאָרן אַ מין סוף־דבֿר צו דער לאַנגער און טראַגישער געשיכטע פֿון ייִדן אין פּױלן און, במילא, אין גלות בכּלל.
די מאַטעריאַלן, װאָס זײַנען געזאַמלט געװאָרן אין פּױלן, אַנטפּלעקן אַ בילד פֿונעם לאַנד אינעם צושטאַנד פֿון תּוהו־ובֿוהו. בעת די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין די גרױסע שטעט װי לאָדזש האָבן זיך באַמיט אױפֿצובױען דאָס ייִדישע לעבן אױף די חורבֿות, זײַנען ייִדן אין קלענערע שטעט און שטעטלעך פֿאַרבליבן הילפֿלאָז אַנטקעגן די אַנטי־קאָמוניסטישע מיליטערישע גרופּעס און סתּם אָרטיקע באַנדיטן. מען האָט גערודפֿט און צו מאָל דערהרגעט ניט נאָר ייִדן, נאָר אױך יענע פּאָליאַקן, װאָס האָבן געראַטעװעט ייִדן בעתן חורבן. בלױז אײן פֿערטל פֿון די געפֿאָרשטע מקורים פֿאַרמאָגן פּאָזיטיװע אײַנדרוקן פֿון די באַגאַגענישן צװישן צוריקגעקומענע ייִדן און דער אָרטיקער פּױלישער באַפֿעלקערונג.
דער מצבֿ פֿון די לעבן־געבליבענע פּױלישע ייִדן אין ישׂראל איז געװען גאַנץ אַנדערש. דאָ האָט מען זײ ניט זעלטן באַטראַכט װי שװאַכע און נישטיקע מענטשן, װאָס פּאַסן ניט פֿאַרן נײַעם ציוניסטישן ציבור. דער אײנציקער יוצא־מן־הכּלל זײַנען געװען די העלדישע קעמפֿער פֿונעם װאַרשעװער און װילנער געטאָ, װאָס האָבן פֿאַרקערפּערט די ייִדישע גבֿורה. דער אידעאָלאָגישער חילוקי־דעות צװישן די ישׂראלדיקע היסטאָריקער און די אָנגעקומענע פֿאָרשער פֿון פּױלן זײַנען געװאָרן בולט אין דער אַרבעט פֿון „יד־ושם”. די פּראָפֿעסיאָנעלע ישׂראלדיקע היסטאָריקער, מיט בן־ציון דינור בראָש, האָבן באַטראַכט דעם חורבן פֿון דער ציוניסטישער קאָנצעפּציע פֿון דער ייִדישער געשיכטע, װי אַ פּועל־יוצא פֿונעם גלות. אָבער בײַ דער פּױלישער שארית־הפּליטה, אַרײַנגערעכנט רחל אױערבאַך און אירע קאָלעגן, איז דער חורבן געװען אַ קאַטאַסטראָפֿע װאָס האָט ניט געהאַט קײן פּאַראַלעל אין דער געשיכטע.
נאָך אײַכמאַנס משפּט און דער מלחמה פֿון 1967, איז די טראַגישע מענטשלעכע דערפֿאַרונג פֿונעם חורבן, סוף־כּל־סוף,ג אָנערקענט געװאָרן אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. פּױלן נאָך דער מלחמה איז געװאָרן די לעצטע צװישן־סטאַנציע אױפֿן װעג צו דער ייִדישער מדינה. אָבער אין פּױלן גופֿא בלײַבט דער דאָזיקער ביטערער עפּיזאָד נאָך ניט באַזיניקט אין דער נײַער פּױלישער געשיכטע. עד־היום סטאַרעט מען זיך אין פּוילן פֿאָרצושטעלן נישט בלױז די ייִדן נאָר אַלע פּאָליאַקן װי קרבנות פֿון דער נאַציסטישער אָקופּאַציע, און דערבײַ פֿאַרשװײַגט מען דעם בײזן אַנטיסעמיטיזם פֿון אַ גרױסן טײל פֿון דער באַפֿעלקערונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.