פּוילן וויל דעקאָמוניזירן איר עבֿר. ווי אַזוי? נעמט למשל די נעמען פֿון די גאַסן און סקווערן. די מאַזאָווער וואָיעוואָדע וויל אויסמעקן פֿונעם זכּרון די נעמען פֿון די קאָמוניסטן פֿון אַלע וואַרשעווער סקווערן און גאַסן.
איז אַזוי. לעבן דעם ייִדישן מוזיי איז דאָ אַ קליינע גאַס מיטן נאָמען יוזעף לעוואַרטאָווסקי.
איצט וויל די מאַזאָווער וואָיעוואָדע בײַטן דעם נאָמען פֿון דער גאַס פֿון יוזעף לעוואַרטאָווסקי אויף מאַרעק עדעלמאַן.
לעוואַרטאָווסקי, ווי אַ סך ייִדישע קאָמוניסטן, האָט מותר געווען אויף זײַן ייִדישער אידענטיטעט. די צרה איז אָבער אַז פֿאַר די גויים בלײַבט אַ ייִד תּמיד אַ ייִד. דערפֿאַר קענט איר לייענען אויף דער פּוילישער וויקיפּעדיע אַז יוזעף לעוואַרטאָווסקי איז אייגענטלעך אהרון פֿינקעלשטיין.
ווי אַ סך ייִדישע קאָמוניסטן איז ער געווען לכתּחילה אַ ציוניסט, אַן אָנהענגער פֿון פּועלי ציון. ער האָט זיך אָבער געשטאַרקט, ווי די חסידים וואָלטן דאָס געזאָגט, אין זײַן סאָציאַליסטישער אמונה און געוואָרן אַ קאָמוניסט.
נישט סתּם אַ קאָמוניסט נאָר טאַקע איינער פֿון די גרינדערס פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אין פּוילן.
היות ווי די קאָמוניסטישע פּאַרטיי איז געווען אומלעגאַל אין פּוילן פֿאַרן קריג, האָט ער פֿאַרבראַכט עטלעכע יאָר אין תּפֿיסה.
אַגבֿ, די פֿאַר־מלחמהדיקע קאָמוניסטן און די נאָך־מלחמהדיקע קאָמוניסטן אין פּוילן זענען געווען אין גאַנצן אַנדערע מינים מענטשן. פֿאַר דער מלחמה איז אַ מיטגלידס קאַרטע פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי געווען אַ קוואַל פֿון צרות. נאָך דער מלחמה איז אַ מיטגלידס קאַרטע פֿון דער קאָמוניסטשער פּאַרטיי געווען אַ קוואַל פֿון כּל המינים פּריווילעגיעס.
פֿאַר דער מלחמה זענען די קאָמוניסטן געווען אידעאַליסטן. נאָך דער מלחמה זענען דאָס רובֿ קאָמוניסטן געווען אָפּאָרטוניסטן. איך האָב אַפֿילו געשאַפֿן פֿאַר זיי אַ נײַ וואָרט — כּדאַיניקעס.
מיר קענען דאָ נישט איבערגעבן אַלע פּרטים פֿון לעוואַרטאָווסקיס זייער טשיקאַווער ביאָגראַפֿיע. לאָמיר נאָר דערציילן פֿון זײַן טראַגישן סוף. לעוואַרטאָווסקי האָט אָרגאַניזירט דעם אַנטיפֿאַשיסטישן פֿראָנט אין וואַרשעווער געטאָ אין איינעם מיט מרדכי אַנילעוויטש, יוסף קאַפּלאַן און יצחק צוקערמאַן.
ער איז דערשאָסן געוואָרן פֿון דער געסטאַפּאָ.
ייִדן, פֿאַרשטייט זיך, זעען אין אים ראשית־כּל אַ ייִד וואָס האָט געקעמפֿט קעגן די דײַטשן. אַנילעוויטש, קאַפּלאַן און צוקערמאַן וואָס זענען געווען ווײַט פֿון קאָמוניזם האָבן צוזאַמענגעאַרבעט מיט אים קעגן דעם נאַצישן שׂונא.
איז נישט קיין וווּנדער אַז אַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין פּוילן האָבן געשיקט אַ פּראָטעסטבריוו דער וואָיעוואָדע אַז נישט קוקנדיק אויפֿן דעקאָמוניזאַציע־פּראָצעס, האָט לעוואַרטאָווסקי, הגם אַ קאָמוניסט, נישט פֿאַרדינט מען זאָל אויסמעקן זײַן נאָמען.
אין זייער בריוו האָבן די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס באַטאָנט אַז זיי האַלטן יאָ אַז מען דאַרף פֿאַראייביקן מאַרעק עדעלמאַנס נאָמען. נאָר נישט אויפֿן חשבון פֿון לעוואַרטאָווסקין.
ווען מאַרעק עדעלמאַן וואָלט נאָך געלעבט, האָבן זיי צוגעגעבן, וואָלט ער מסתּמא אַליין זיך אַנטקעגנגעשטעלט אַזאַ מין אויסטויש.
חודש נאָוועמבער מערקן מיר אָפּ יצחק באַשעוויסעס געבוירן־טאָג. באַשעוויס איז געבוירן געוואָרן דעם 21סטן נאָוועמבער 1902.
דאָס ווירטועלע שטעטל — דאָס וועבזײַטל פֿונעם ייִדישן מוזיי פּולין — האָט צוליב דעם געווידמעט אַן אַרטיקל דעם גרויסן שרײַבער.
אַנו טרעפֿט, וויפֿל מענטשן האָבן געלייענט דעם טעקסט במשך פֿון דער לעצטער וואָך? דער ענטפֿער: מער ווי צוויי הונדערט טויזנט.
באַשעוויס איז מסתּמא געוואַלדיק פּאָפּולער אין פּוילן אויך צוליב דעם וואָס דאָס אָרט פֿון זײַנע בעסטע ווערק געפֿינט זיך טאַקע דאָ, אויף פּוילישער ערד.
בײַ די וואַרשעווער איז באַשעוויס באַזונדערש טשיקאַווע ווײַל די שטאָט וואָס ער באשרײַבט איז אויסגעמעקט געוואָרן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. אין דער הײַנטיקער קראָכמאַלנע גאַס למשל, וועט איר כּמעט נישט געפֿינען קיין זכר פֿון דער פֿאַר־מלחמהדיקער גאַס.
די אמתע קראָכמאַלנע גאַס געפֿינט זיך נאָר אין באַשעוויסעס טעקטסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.