בריוו פֿון „ייִדיש־אינסטאַנץ‟ פּראָטעסטירט באַנוץ פֿון וואָרט „ליקווידירונג‟

Letter by Israeli Yiddish Authority Protests Use of Word "Liquidation"


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 07, 2017.

דעם בריוו האָט די „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟ לעצטנס געשיקט דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע, ווי אַן אָפּרוף אויף אַ מיינונג־אַרטיקל פֿון שושנה באַלאַבאַן־װאָלקאָװיטש, פּובליקירט אין נאָוועמבער.


מיר װענדן זיך צון אײַך אין שײַכות מיטן אַרטיקל „דערלאָזט נישט די ליקװידירונג פֿון ייִדיש אין ישּראל!”, פֿון 9טן נאָװעמבער 2017, געשריבן פֿון שושנה באַלאַבאַן־װאָלקאָװיטש.

ראשית־דבֿר, דריקן מיר אױס אַ שאַרפֿן פּראָטעסט קעגן באַנוצונג פֿונעם װאָרט „ליקװידירונג”, סײַ אינעם קעפּל פֿונעם אַרטיקל און סײַ אינעם װײַטערדיקן טעקסט, אַ װאָרט װאָס קערט אונדז אום צו די װײטיקדיקע טעג פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע, — אַזאַ װאָרט איז ניט פּאַסיק פֿאַר אַן אַרטיקל אין אַ ייִדישער צײַטונג.

די „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור” איז געגרינדעט געװאָרן װי אַ רעגירונגס־אַמט און פֿונקציאָנירט נאָר לטובֿת אָפּצוהיטן דעם טױזנטיאָריקן ייִדישן קולטורעלן אוצר װי אױך אונטערהאַלטן און שטיצן די מאָדערנע ייִדישע יצירות. אונדזער טעטיקײט נעמט אין זיך אַרײַן אַלע ניװאָען פֿון אונטערהאַלטן די ייִדישע קינסטלער אין אַלע געביטן פֿון דער קונסט, דהײַנו, — ליטעראַטור, מוזיק, טעאַטער אאַז״װ; טײלט צו סטיפּענדיעס פֿאַר די סטודענטן פֿון מאַגיסטראַטן ביז פּאָסט־דאָקטאָראַנטן אין פֿיר אוניװערסיטעטן; מיר סובסידירן ייִדישע קולטור־קרײַזן אין אַ רײ גימנאַזיעס אין די ראַמען פֿונעם בילדונגס־פּראָגראַם, װי אױך די טעטיקײט אין אַ גרױסער צאָל ייִדיש־קלובן, אײַנרעכנדיק די קלובן פֿון די געראַטעװעטע אין חורבן; מיר טײלן צו אַ יערלעכן פּרײַז די ייִדישע קולטור־טוער פֿאַר זײער אױסגעצײכנטן לעבנס־גאַנג און שעפֿערישקײט, און צװישן זײ — שמואל עצמון־װירצער, רבֿקה באַסמאַן בן־חײם, יצחק לודען, ז״ל, יעקבֿ באָדאָ, ליאַ קעניג, פּראָפֿעסאָר יחיאל שײנטוך.

חוץ דעם, פֿירן מיר אָן מיט אַן אָפֿיציעלן אינטערנעץ־זײַטל אױף ייִדיש, עבֿרית און ענגליש, װוּ יעדער קען באַקומען אַ פֿולע אינפֿאָרמאַציע װעגן אונדזער טעטיקײט און ייִדישע אונטערנעמונגען אין מדינת־ישׂראל.

אײנע פֿון אונדזערע װיכטיקסטע טעטיקײט־צװײַגן איז די לאַנגיאָריקע באַטײליקונג און שטיצע פֿון די ייִדישע ראַדיאָ־אױדיציעס און, עס איז ניטאָ קײן שום סיבה אָדער כּװנה צו „ליקװידירן”, לױט דער באַשולדיקונג פֿון שושנה באַלאַבאַן־װאָלקאָװיטש, פֿון דער אָ טעטיקײט.

די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור אין מדינת־ישׂראל איז ניט נאָר דער פֿינאַנץ־ספּאָנסאָר פֿון די ייִדישע אױדיציעס, נאָר אױך דער הױפּט באַטײליקטער אין צוגרײטן און טראַנסמיטירן אַלע ייִדישע אױדיציעס אין מדינת־ישׂראל. די ייִדיש־אױדיציעס װערן טראַנסמיטירט פֿיר מאָל אַ װאָך אין די ראַמען פֿון דעם באַנײַטן ראַדיאָ־קאָנצערן „כּאן”, און צװישן זײ אױף די פּאָפּולערסטע כװאַליעס פֿון „כאן תּרבות” און אױך „כּאן רקע” (באַזונדערע ראַדיאָ־כװאַליעס פֿאַר די נײַע רעפּאַטריאַנטן), און די דאָזיקע אױדיציעס האָבן, גאָט צו דאַנקען, זײער ברײטע אױדיטאָריע און גאָר פּאָזיטיװע אָפּשאַצונגען. אַזױ אַרום, האַלטן מיר פֿאַר נײטיק אונטערצושטרײַכן, אַז די אינפֿאָרמאַציע, װעלכע איז פֿאַרשפּרײט געװאָרן אינעם אַרטיקל פֿון שושנה באַלאַבאַן־װאָלקאָװיטש פֿון 9טן נאָװעמבער 2017, איז אַן עלילת־שוא, װאָס באַרירט דעם שם־טובֿ פֿון אַ ישׂראלדיקן רעגירונגס־אַמט און באַשמוציקט די אָרנטלעכע און געזעצלעכע צילן פֿון דער „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור”.

מיר האַלטן, אַז אַן ערנסטע צײַטונג טראָגט אַ פֿולקאָמע אַחריות פֿאַר אַלע געדרוקטע מאַטעריאַלן, װעלכע דערגרײכן, אַזױ האָפֿן מיר, אַ ברײטן קהל לײענער, און מיר װאַרטן פֿון דער „פֿאָרװערטס”־רעדאַקציע־קאָלעגיע אַן אָפֿיציעלע, עפֿנטלעכע אַנטשולדיקונג פֿאַרן שרעקלעכן עלילת־שוא און עגמת־נפֿש, סײַ פֿון דער אָנפֿירשאַפֿט פֿון דער צײַטונג און סײַ פֿון דער אַרטיקל־מחברין.

מיט אַ האָפֿענונג אױף בעסערע בשׂורות און אמתע ידיעות,
יהודית סולל,
גענעראַל־דירעקטאָרין פֿון דער „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור” אין מדינת־ישׂראל